משה טייטלבוים
פֿון װיקיפּעדיע
ר' משה טײַטלבוים סאטמאר רבי זצ"ל. ה'תרע"ה - ה'תשס"ו (1914 - 2006).
געשטארבן 6:50 אווענט כ"ו ניסן ה'תשס"ו, (דינסטיג אפריל 25)
געווען א זון פון עצי חיים. פלומעניק און ממלא מקום פון זיין פעטער דעם אלטן סאטמער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים זי"ע וואס איז געשטארבן קינדערלאז.
ער איז געבוירן אין שטאט ראצפערט וואס זיינע עלטערן זענען אהין אנטלאפן ביים אויסברעך פון די ערשטע וועלט מלחמה און איז אויפגעצויגן געווארן אין סיגוט.
איז אלטס אינג קינד, אינגאנצען 11 יאר, געווארן א יתום פון טאטען און מאמען,
געווען רב פאר די האלאקאויסט נאך אלס בחור אין שטאט זענטא.
פארלוירן זיין ערשטע ווייב חנה ע"ה טאכטער פון זיין פעטער קרעצקירער רב , ר' חנוך העניך מאיער זצ"ל (אן איידעם פונעם בעל קדושת יו"ט זצ"ל) מיט 3 קינדער חנוך העניך, חיים צבי, אסתר, הי"ד ביי די מלחמה.
נאך די האלאקאוסט איז ער קודם געווארן רב אין סיגוט אויף זיין טאטע / ברודער'ס שטיל, ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט זיין היינטיגע אלמנה פעסיל לאה א טאכטער פון וואלאווע/נירבאטער רב, ר' אהרן טייטלבוים ז"ל.
געקומען קיין ניו יארק און געפענט א בית המדרש אין וויליאמסבורג שפעטער אין בארא פארק אינטערן נאמען קהל עצי חיים ד'סיגוט.
ער איז געווען א טוען לעניני ממונות יארן לאנג און אויך א בעל מכשיר פאר מיעל מארט פלייש.
כ"ו אב תש"מ, ווען ער איז אלט געווען 66 יאר, צום ערשטן יארצייט פון פריערדיגן סאטמאר רבין, רבי יואל, איז ער געווארן עמטליך אויפגענומען אלס סאטמאר רבי.
ער איז איבערגעלעבט פון 6 קינדער און 86 אייניקלעך, אור אייניקלך און 1 אור אור אייניקל וואס איז געבוירן אין זיין לעצטן טאג, און טויזענטע חסידים.
זיינע לעבן געבליבענע קינדער היינט צוטאגס, לויט די רייע: ר' אהרן טייטלבוים, ר' ליפא טייטלבוים, ר' זלמן לייב טייטלבוים, ר' שלום אליעזר טייטלבוים, און 2 טעכטער אשת ר' דוד דוב מייזליש, אשת ר' חיים יהושע האלבערשאם. (זיין עלטסטער טאכטער איז אוועק שוין פון קענסער אשת ר' בעריש מייזליש.)
אינהאַלט |
זיינע ספרים
ווען ער איז געווארען רבי און סאטמאר איז ארויסגעקומען זיינע חידושים אין א קונטרס פארמאט מהר"ם ט"ב דורך זיינע חסידים און תלמידים וואס האבן פארשריבען זיינע תורות יעדע וואך.
ברך משה איז די נאמען פונעם ספר חידושים וועלכער איז ערשינען פונעם סאטמאר'ער רבי הגה"צ ר' משה טייטלבוים זצ"ל, און עס ווערט ארויסגעגעבן דורך זיין זון הרב ליפא טייטלבוים שליט"א זענטא רב, וועלכער ער האט אים באַאויפטראגט מיט די הייליגע ארבייט.
ערשיינונג פון די ספרים: דער ערשטער חלק בראשית האט אנגעהויבן צו ערשיינען בחודש אב שנת תשנ"ה לפ"ק זייענדיג אין די צייט ווען מרן המחבר זי"ע האט אויפגעהערט צו זאגן ש"ס תורה ברבים, חלק ב' שמות איז ערשינען בשנת תשנ"ז, חלק ג' ויקרא בשנת תשנ"ט, חלק ד' במדבר בשנת תשס"א, חלק ה' דברים בשנת תשס"ב,
די תורה שרייבער: הר"ר שמואל הכהן פריעדמאן- משב"ק, הר"ר יעקב ווייס ראש ישיבת פאפא, מו"ה מרדכי דוד ווידער-משב"ק,
און בקרוב קומט ארויס אויף די מועדים און אויף סוגיות הש"ס אזוי אויך שו"ת.
עפ"י רוב זיינע חידושים פון פארן קריג איז פארלוירן געגאנגען ביי די צווייטע וועל'ס קריג.
מחלוקת און שווערע מערכות פון זיין הנהגה
זיין לעבן איז געווען אנגעפילט מיט צרות און רדיפות מצד די חסידים וואס ער איז געווארן זייער רבי. דער פראבלעם איז געווען אז זיין פארגייער און פעטער ר' יואל איז געווען פיל גרעסער און כאריסמאטישער ווי אים. און דאס האט געשפילט א ראלע אז ער זאל אריינטרעטן מיטן לינקן פיס אין די הנהגה, ווי טייל טוען באמערקן איז עס אנטשטאנד געקומען אין ליכט וואס אלע זייטיגע רבנים האבן נישט פארגינען דעם מלוכה שטול, יעדע שטיק צייט האט ער זיך טיפער און טיפער פאראמפערט מיט קאנטראווערסיע וואס האט אויפגערעגט און אים צוקריגט מיט נאך חסידים. ער האט זיך ארומגענומען מיט 2 יועצים וואס זיי האבן אים בעיקר אויסגעפארעמט זיין לעבן. ר' אליעזר קעסטנבוים - וואס איז געווען אן עושר, און ר' משה גבאי - וואס איז געווען א חברה-מאן און טעראריסט.
זיינע שונאים האט ער צוטרעטען און אוועקגעמאכט אין די באן איז ווייטער געפארן און זיי האבן נישט מער געקענט ווי בילן. ווען ער איז געווארן אלט, 6 יאר צוריק האט דער עלטסטער זון ר' אהרן זיך צעקריגט מיט די 2 און זיי האבן טאקע אלס נקמה גרויס געמאכט דעם 3'טן זון וואס איז געווען אומבאקאנט און שטול אן קיין שום פירסום און אים געמאכט אלס רבי אזוי ארום צוריק ברענגענדיג אלע שונאים פון דעם טאטען זאלן זיך פאראייניקגן קעגן די חסידים פון טאטען וואס זענען יא פארבליבן ביים עלטסטן זון.
בעלזא
אין תשמ"ד איז אנטשטאנען א שווערע מערכה מיט בעלז, ווען זיי האבן מבזה געווען זיין פעטער דער פארבייגער רבי, און ער האט זיי דערביי אנגערופן בעלזא נעלאגען,.
בני יואל
איז א צוזאמ-שמאלץ פון שונאים וועלכע האבן אים נישט געוואלט אלס רבי און זיי האבן גע-עפענט אייגענע בתי חינוך אין קרית יוא', און דערביי האט ער זיי אנגערופען * "ווערעמיגע קינדער".
- מען זאל זיי ארויסשרייען פון אלע סאטמארע בתי מדרשים מיטן טיטול: "שייגעץ ארויס" (צוליב זייער חטא פון לאכן און העצן קעגן זיין הנהגה).
ר' אברהם לייטנער
אז ער איז א פגום ווייל יעדער געדענקט ווי זיין מאמע איז געגאנגען אויסגעשניטן אומ-צניעות'דיג.
קאשוי רב
משוגענער. דאס איז פארגעקומען ווען "קול קורא'ס" צו אסר'ן פארשידענע פירצות פלעגט ערשיינען טאג איין טאג אויס, און דער תירוץ פון סאטמאר רבי פארוואס ער שרייבט נישט אונטער די קול קורא'ס איז געווען: "מיט א משוגענעם שרייבט מען נישט אונטער" ווייזענדיג דערביי אויףן קאשויער'ס חתימה וואס פלעגט שטענדיג זיין די ערשטער ווייל ער איז געווען דער עלטסטער און אויך ווייל ער און זיינע קינדער האבן אייביג געמאכט די פרומע תקנות, פון אסר'ן פרויען צו ארבייטן, וואוטן דעמאקראטן, נוצן טיימאוטס (קינדער געשפילאכץ), קרית יואל סקול דיסטריקט, וויליאמסבורג עירוב, פראטעסט קעגן דייטשלאנד קברים אויפגראבינגען, און נאך הונדערטע איסורים יעדן פרישן טאג.
בעקבי הצאן
ווען די מיידל סקול האט זיך געפענט אין וויליאמסבורג פאר סאטמאר חסידים וואס זענען געווען זיינע מתנגדים האט ער זיי אנגערופן פובליק ביי א דרשה "בעקבי הסוס"
ארונים
איין מאל אנפאנג ווען משה גבאי האט גרויס געמאכט ר' זלמן לייב טייטלבוים קעגן ר' אהרן טייטלבוים, האט מען פרייטיג צונאכטס געשריגן אין בית המדרש אויף משה, און ער האט זיך אויפגעשטעלט ביים ארון קודש און צוריק געשריגן "עטס וועטס האבן א מיסען סוף!", סאיז נישט קלאר פונטקליך וואס ער האט געשאלטן כאטשיג סאיז געווען א געפאקטער עולם דעמאלטס אין שול ווייל סגעווען הייסע צייטן און עפעס קענטליך האט ער זיך שטארק געבייזערט און געשריגן אויף די ארונים.
סאטמאר רבי ז"ל געבט לחיים, ווערט געזען אויך זיין זון דער סאטמאר'ער רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א |
דער רבי מיט זיין עלטסטן זון דער סאטמאר'ער רבי ר' אהרן טייטלבוים שליט"א |
אין די אינגערע יארן מיט זיין פעטער דער סאטמאר'ער רבי ר' יואל טייטלבוים ז"ל |
דערויסענדע לינקס
די געוועזן: הרב יואל טייטלבוים זצ"ל ויואל משה |
אדמורי סאטמאר | די קומענדיק: הרב אהרן טייטלבוים שליט"א הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א |