רפאל בלום
פֿון װיקיפּעדיע
הגה"ק רפאל בלום זצוק"ל איז קאשוי רב געוועזן. א גרויסער עניו צדיק און גאון און לוחם קעגן אלע מאדערענע זאכן וואס זענען נאר פארגעקומען. זיין עלעטסטער זין פון מאנסי, ר' אליעזר חיים בלום האט אים איבערגענומען.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] לוחם מלחמות השם
א אימערמידליכע גענעראל פארן דור איז ער געווען; זייענדיג אנגעריפען דורך זיינע סימפאטיקער א ר' הלל קאלעמייער פינעם דור, (אדער א נביא א מוכיח בשער דורך ר' הערשלע ספינקער, אדער א חפץ חיים פין דור דורך הרב חיים קרייזווירטה ז"ל) און אפילו דורך זיינע קריטיקירער אלץ צדיק תמים.
ער איז געווען פין די עלסטע רבנים און אלס תלמיד פינעם לוחם מלחמות השם ר' שאול בראך זי"ע האט ער גענימען אויף זיך צי זיין דער שומר הדור אין פינקט ווי די רבי'ס פין זיין רבי דער חתם סופר אין דער מהרם שיק איז ער געשטאנען ווי א געטרייע זין וואס היט אויפן טאטעס פארמעגען זאל נישט ציגרינד גיין אין לוחם געווען אינטערען פאהן פין חדש אסור מין התורה אויף יעדע נייע זאך וואס איז געווען לויט אים א פירצה וויייל לויט אים האט דאס געקענט שאטען פאר כלל ישראל.
- קרית יואל סקול דיסטריקט, צוליב אראפנעמען די מזוזות אין איסור מצד די רעגירונג צי דערמאנען דארט דעם שם ה' אלס רעליגיע, כאשטיג מען מעג עס דערמאנען אז עס דא אזא אמונה.
- אפיס ארבייט פאר פרויען, צוליב צניעות אין יחוד אזוי ווי אלע רבנים זאגען שוין היינט.
- קעגן די התרשלות אין ניקור,
- קעגן די פראטעסטן פון קברים גראבונגען דורך דייטשלאנד צוליב התגרות באומות.
- עירוב אין וויליאמסבורג , אין בעיקר קעגן די פריוואטע גאסן עירוב, צוליב די התנגדות פין סאטמאר רב.
- די ערשטע מוחה צו זיין קעגן קאמפיוטער — וואס איז דאן געווען אומפארשטענדליך — אבער היינט איז עס א דבר פשוט אזוי ווי אלע האקן היינט אויף קאמפיוטער.
- מוחה געווען קעגן ארגענאזאציעס ווי אוי.די.עי. א.ד.ג. פארן געבן כבוד און אויפנעמן מיט טאראראם און עפענטליך שטיצן מעיאר קאטש, נאכדעם וואס די התאחדות הרבנים אין צווישען זיי די וואס האבן אים אויפגענימען האבן געשריבען א איסור אים מכבד צי זיין, (די סאטמער רב האט דעמאלטס געזאגט אז ער און אלע רבנים האבן אינטערגעשריבן ווייל קאשוי רב האט אינטערגעשריבן.) צוליב תועבה אישוס וואס איז דעמאלטס געווען א נייע זאך. (היינט שטיצן עס שוין ליידער מער פאליטיקער)
און אזוי ווייטער אסאך מחאות, פארשטייט זיך אז עס איז אסאך מאל געווען רבנים וואס האבן מתיר געווען איינע פון די אבער ער האט געאסרט. דערמיט האט ער זיך פארשאפט זייער אן עקסטרעמער נאמען, אבער אפילו זיינע קריטיקירער זענען שפעטער געקומען צו איהם בעטן ברכות און כאפן א בליק אויף דעם צדיק.
[בעאַרבעטן] התנגדות צו אים אין קאשוי
ווען ער איז געווארן רב דארטן נאך די מלחמה האט זיך געשאפן א התנגדות מצד די נעלאגישע אידן דארטן, צוליב זיין זיין א תלמיד פין ר' שאול בראך זי"ע וואס האט געקעמפט מיטן גאנצן כח אנטקעגען זיי. די ארטאדאקסען האבן צום סוף אויסגעפירט און ער איז געווארן רב.
אבער לויט טייל אידן וואס געדענקן אים נאך פון קאשוי, האט די התנגדות גארנישט געהאט מיט נעאלאגן, נאר קאשוי איז געווען זייער א מאדערן שטאט, אפילו די ארטאדאסישע געמיינדע איז געווען זייער לינק געשטימט, און דער אינגער ר' רפאל איז געווען א זייעריגער, א יעקיש בחור וואס איז געווארן א חסיד און דאס האט זיי געשטערט.
א אינטערעסאנטע פאקט איז אין איינע פין די ביכער אויף די שטאט קאשוי ווערט דערמאנט אז אין ערשטען יאר נאכן קריג אין די ימים נוראים איז נאך געווען צוויי מנינים די ארטאדאקסען אין די נעלאגען שוין דעמאלט איז געווען א סאך גרעסערע עולם ביי די ארטאדאקסען אין אין די צוויטע יאר איז שוין נאר געווען איין מנין די ארטאדאקסען וואס וויזט זיין השפעה וואס ער האט געהאט אין קאשוי אויך ווערט דארט דערמאנט אז ער איז טאקע געווען רב אין קאשוי אבער געפירט האט ער גאנץ סלאוואקי [1]
[בעאַרבעטן] אהבת ישראל
אבער די נאנטע תלמידים ווייסן אז דער פובליק אימעזש פון קשה כארז וואס ער האט געניצט אין זיינע מלחמות איז געווען פינקט פארקערט פין זיין פריווטן ליבליכער שמייכל אין רך כקנה. זיי פלעגן הנאה האבן פון זיין פאטערליכער ליבשאפטליכער שמייכל בשעת ווען זיי האבן אים זיך מיעץ געווען מיט אלע זייערע פערזענליכע שאלות און פראבלעמן פון ביזנעס פרנסה און סתם הויז און משפחה ספיקות. זיי זאגן אז אזא פיינער מענטש איז נישט געווען אין דעם דור.
[בעאַרבעטן] התמדה בתורה
דער פאקט איז אז שטענדיג פון צופרי ביז אויפדערנאכט, דורכאויס זיין גאנץ לעבן האט מען אייביג נאר געטראפן אין בית המדרש איבער א גמרא.
[בעאַרבעטן] ישיבה
זיין ישיבה איז געווען אין וויליאםסבורג נאכדעם אין אירווענגטאן אין היינט איז עס אין קרית קאשוי
זייענדיג ווי אויבן דערמאנט א רך כקנה האט ער אריינגענימען אין די ישיבה אפ' בחורים וואס זענען נישט געווארען אנגענימען אין אנדערע ישיבות צווישען זיי איז געווען אשכנעזישע אין יעקישע וואס האבן נישט געהאט קיין בערד ער האט מיט זיי געארבעט אין רוב זענען צום סוף געווארען חסידישע אין אויפגעשטעלט חסידישע הייזער.
דאס אננעמען אשכנעזישע אין יעקישע בחרים האט געמאכט א רושם כאילו די ישיבה איז מאדערען ר' אהרן טייטלבוים האט אמאל ביי א דרשה דאס אויסגענוצט קעגן אים אז ער זאגט מוסר פאר אנדערע און זיינע תלמידים גייען אסאך אן קיין בערד און זענען זייער מאדערען, כאילו ער זאל קודם מאכן אייגענע בדק הבית.
ער איז קודם געווען ראש ישיבה אין צעלים אין ווען עס האט זיך געמאכט פראבלעמען מיט די הנהלה אין אזוי ווי ער איז געווארען באפוילען פין זיין רבי דער סטראבקעווער רב אז ער זאל זיי ראש ישיבה נאר אויב ער איז פאלקאם בעה"ב האט ער מיט די הסכמה פין צעלימער רב געפענט זיין אייגענע ישיבה.
עס דארף באמערקט ווערען אז ער איז געבליבען בידידות מיט צעלימער רב אפ' די בחרים זענען מיטגעגאנגען מיט אים אין די צעלימער ישיבה האט זיך פארשפארט. למשל די בנין וואס ער האט געהאט אין וויליאמסבורג פאר די ישיבה פאר ער ארויס קיין אירווינגטאן האט ער פארקופט פאר צעלים ווי עס איז געווען די צעלימער חדר ביז זיי האבן געמופט קיי לינטש סט.אזוי אויך דערציילען די תלמידים אז אימצאליגע מאל פלעגט די צעלימער רב אריבערשפאצירען די ישיבה אויף ראס סט. פלעגט ער זיך אפשטעלען אין די קאשויער רב פלעגט ארויס קימען אין לאנג שמיסען מיט אים.