קאסעטע
פֿון װיקיפּעדיע
א קאסעטע איז א מיטל וואס מען קען הערן דערויף מוזיק און פארשידענס. לעצטענס ווערט דאס פארשווינדען און אויפן פלאץ קומט ארויף די סי-דיס און דיווידיס.
אויך איז דא קאסעטעס וואס שפילן ווידיא מיט מוזיק.
[בעאַרבעטן] ווי אזוי דאס ארבייט
א טעיפ איז צוזאמען געשטעלט פון א קאסעט וואס האט איז זיך צוויי רעדער וואס אויף די רעדער איז ארויף געדרייעט טעיפ געמאכט פון מאגנאטישע מאטריאל, ווי לענגער די טעיפ איז אלס לענגער קען מען רעקאדירן דערויף. אין אלגעמיין קען מען באקומען טעיפס אין די לענג פון 45, 60, 90, און 120 מינוט לאנג.
די חכמה פון רעקארדירן מוזיק קומט פון דעם וואס מען קען איבערדרייען פון קול (SOUND) אדער באוועגן (MOTION) צו עלעקטריק, איינמאל מען דרייט דאס איבער צו עלעקטריק נוצט מען מאגנאטיקס צו רעקאדירן דאס עלעקטרישע שטרומען אויף די מאגנאטישע טעיפ וואס איז דא אין די קאסעט.
נוצענדיג עלעקטריק קען מען באשאפן מאגנאטישע שטרומען, אז מען לייגט דאס צו צי מאגנאטישע מאטריעאל וועט די מאגנאטשיע מאטריאל האלטן די מאגנאטישע שטרומען אויף זיך פאר א לאנגע צייט. נוצענדיג א געדרייעכטץ פון פעדעמער קען מען צוריק באשאפן עלעקטריק פון די מאגנאטישע שטרומען וואס זענען אין די טעיפ, און דורך דעם באקומט צוריק די ארגינאלע עלעקטרישע שטרומען וואס פירן די קול אדער באוועגעכץ וואס מען האט רעקעדירט אויף די טעיפ.