רעפארמער אידן
פֿון װיקיפּעדיע
רעפארמער איז א יידישע שטרעמונג וואס זיינען נישט קיין ארטאדאקסן. די שטרעמונג האט זיך אנטוויקלט אין דייטשלאנד אין סוף די 18טע י"ה, פון דארט איז דאס אריבער צו מערב אייראפע. נאך דער ערשטער וועלט קריג ווען פיל יידן האבן עמיגרירט צו USA איז דאס אויך שטארק אריין אין USA.
פירן זיך ווי האלבע אידן, און האלבע גוים, צוליב דעם וואס די אסימילאציע איז זייער גרויס ביי זיי, זיי האלטן א רעליגיע וואס געוויסע מנהגים פון זיי ענדלט אביסעל צו אידישקייט. דאס שטאמט פון דייטשלאנד,ווי די אידן האבן זיך געשעמט מיט זייערע מאדענע אנדערשטקייטן פונעם גוי, און דאס האט זיי געשטערט זיך צו אסימילירן, האבן זיי געטוישט מנהגים און תפילות צו אדאפטירן די מאדערענע פיראכצער.
אין אמעריקע האט דאס געהאט מער סוקסעס צוליס דעם וואס דער גוי איז ווייניגער רעליגיעז און איז מער פריי און אקצעפטירבאר פון די אידן.
אזוי ארום האט זיך אנטוויקילט די שטרעמונג פון אמאל וואס זיי האבן געוואלט זיך גלייכן צו רעליגיעזע קריסטען צו היינט וואס זייער שטרעבונג איז זיך דערווייטערן פון רעליגיע און זיין ווי מער פריי.
אָרטאָדאָס'ישע אידן האבן געפירט קאמפן קעגן זיי אמאל ווער עס זאל פארטרעטן אלגעמיינער אידישקייט.