אביש הורוויץ
פֿון װיקיפּעדיע
ר' אביש הורוויץ שליט"א איז דער צווייטער זון פון ר' הערשעלע ספינקער. ער האט איבערגענומען דעם גרויסן ספינקער בית המדרש אין וויליאמסבורג און האט דורכדעם גע'ירש'נט רוב פון זיין טאטענס חסידים. ער איז אן איידעם ביי ר' מרדכי דוד רוטנער א פייערדיגער בעלזער חסיד וואס זיין ווייב איז פון דער ספינקער גזע, ער איז אויך א מגיד שיעור אין טשיבין ישיבה אין ארץ ישראל, די טאכטער -ר' אביש'ס רביצין - איז פון די איינציגסטע חרדישע פרויען וואס גייען נאך א שטערן טיכל אום שבת.
ווען זיין טאטע איז אוועק האט ער מיט זיין ברודער ר' אייזיק הורוויץ איבערגנומען דעם טאטענס גרויסן בית מדרש. זיי האבן צוזאמען געפירט טיש און ר' אייזיק האט געזאגט די תורה.
זעקס וואכן שפעטער איז געווען שמחת תורה, און עס האט נישט אויסגעקוקט פראקטיש צו טאנצן הקפות ביידע צוזאמען, אזוי איז ער געבליבן דער איינציגסטער מיט דעם טאטענס בית המדרש.