שמואל צבי הורוויץ
פֿון װיקיפּעדיע
הרה"ק רבי שמואל צבי הורוויץ זצ"ל איז געוועזן דער רבי פון ספינקא בעל מחבר ספה"ק תפארת צבי -תולדות צבי-טבא דשמואל- נחלת צבי אויף תהלים- און נאך (ספינקא, אונגארין - כ"ז אב ה'תשנ"ז וויליאמסבורג, ניו יארק). אדער מער באקאנט אלס ר' הערשעלע ספינקער וויאזוי מען האט אים גערופען בלשון חיבה.
געוואונט אין וויליאמסבורג און געפירט זיין רעביסטיווע פון זיין בית המדרש אויף קיעפ סטריט, וואס איז גועוען א ווענד פונקט פאר אידן פון אלע קרייזן ווי חסידים און ליטווישע צוגלייך, וואס זיי אלע האבן אין אים געטראפן א אויער וואס האט זיך צוגעהערט צו זייערע שאלות, צרות און פראבלעמן מיט הארץ און געפיל, און איז געווען דער פועל ישועות פונעם הייניטיגער דור,
[בעאַרבעטן] היסטאריע
געבוירן צו זיין פאטער רבי אברהם אביש הורוויץ הי"ד, וואס ער איז געווען רב אין קראלי און געווען אן איידעם ביים חקל יצחק ר' יצחק אייזיק ווייס, דער זון פון ראש אדמורות ספינקא, ר' יוסף מאיר ווייס דער בעל אמרי יוסף.
ער איז געווארן אויפגעצויגן ביי זיין זיידן דער חקל יצחק. טראץ דעם וואס זיין טאטע האט געליטן צרות פון די חסידים פון ר' יואל טייטלבוים אין קראלי צוליב די רעביסטעווע דארטן, איז ער זיך געגאנגען צום סאטמאר רבי זצוק"ל נאך די מלחמה און ניו יארק זיך מאכענדיג פארגעסן איבער די אלטע טינה.דער סאטמערער רבי ז"ל פלעגט אום אליין רופן קראלער רב בימי נעוריו, און האט אום ארויסגעוויזען גרויס חביבות עד כדי כך ער פלעגט אפילו הייסען זיך גיין איבערשמועסען מיט אים זאגענדיג ער איז א קליגער ערליכער איד, דאס אלס צוליב דעם וואס ער איז געווארן אויפגעצויגן אין ספינקא ביים זיידן ווי מהאט קיין מחלוקות נישט געפירט. ר' פישעלע הערשקאוויטש פון זיין זיידעןס חסידים האבן זיך טאקע נישט אפגעלאזט דערפאר פון אים, ער האט איבערגעלזאט 5 זון און 7 טעכטער. ר' בעריש הורוויץ וואס האט איבערגענומען די מוסודת החינוך און דארטן געבויט זיין חסידות און געט אויך ארויס דעם טאטענס הייליגע ספרים על התורה מועדים, על הש"ס, הגדה ש"פ, זמירות לשבויו"ט . ר' אביש הורוויץ וואס האט איבערגענומען די בית המדרש, און דער דיין ר' אייזיק הורוויץ וואס האט זיך שפעטער געפענט אן אייגן חסידות. און ר' נטע הורוויץ וואס האט געהאט די שול אין בארא פארק און דער אינגסטער זון ר' נפתלי הורוויץ וואס האט געגרינדעט די פרעכטיגע חסידות,קראלי אין וויליאמסוברגמיט די בתי החינוך פאר אינגלעך און מיידלעך מיט גרויס סוקסעס. .זיינע איידעמער זענען אלע אויך גדולי תורה ובראשם חתנו הגדול "אדמו"ר מראדוויל שליט"א" פון מאנסי וואס באשיינט שוין דארט די שטאט פולע יארן כולם שוין לטובה, "אב"ד ויזניץ מאנסי שליט"א און בארא פארק" זון פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, "הרה"צ ר' חיים יצחק טווערסקי שליט"א מלאיעוו טשערנאביל" בן אדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל, "כ"ק אדמו"ר מ'דאמבראווא שליט"א" פון ב"פ, "הרה"צ ר' יחיאל וואגשאל שליט"א" רב דביהמ"ד תפארת משה בוויליאמסבורג, "הרה"צ ר' שלמה לויפער שליט"א" רב דביהמ"ד מלבוש שמואל ד'קראלי און מאנסי, "הרה"צ ר' דוד שלמה שטיין שליט"א" ראש הכולל בית אברהם ד'ספינקא ע"ש די רבינ'ס פאטער הרה"ק ר' אברהם אביש אבד"ק קראלי הי"ד און די זון פון כ"ק אדמו"ר ר' מרדכי שטיין מפאלטיטשאן שליט"א .
[בעאַרבעטן] זיין רביסטעווע
זיין עבודה פון תשובה כסדר איז געווען א ציאונג קראפט, וואס האט זיך איבגעחזרט א יעדע וואך ביי שלוש סעודות אין די טונקל ווי ער האט איינגעריסן מיט יאמערליכע געוויינען און דער ריזן עולם זקנים עם נערים נשים ואנשים צוגלייך, פלעגן קומן צפארן מיט קארן, עס האט זיך געצויגן שעות נאכן זמן מוצשק, פון אלע געגענטער פון מעטראפליטן ניו יארק פלעגט זיך מיטרייסן מיט טרערן און זיך גוט אויסוויינען ביינאזאם הויך אויפן קול.
זיין צורה איז געווען זייער א שטארקע צוצואונגס קראפט מיט זיין צוצואונדיגע פרייליכע שמייכל ווען אימער א איד איז אריינגעקומען אין שטוב. אידען האבן געהויבן זייערע קינדער אינדערהייך ביי זיינע הייליגע הקפות שמח"ת צו זען די שיינענדיגע לעכטיגע צורה,אויך פלעגט ראש השנה ביינאכט שטיין אן עולם אידן מיט זייערע קינדערלעך אין די רייע זיך אנציווינטשען א גיט יאר וואס האט גענומען צו לאנגע שעות.
ער איז אוועקגעפאלן אינמיטן די תורה פרייטיג צונאכטס ביים טיש פון דביקות, ווען ער האט געהאלטן אינמיטן יאמערן איבער ארויפגיין צו די טאטעס אין הימל, פון א מאסיווע הארץ אטאקע, מען האט אים פרובירט צו צוריק ברענגן אבער אן סוקסעס.
[בעאַרבעטן] זיין פרומקייט
ער איז געווען באקאנט מיט זיין אייגענארטיגען דרך נישט נאכצולאזען פון די דרכי אבות הקדושים קיין ביסעל פון וואס מען האט זיך געפירט אין אונגארין. ער האט נישט געוואלט הערן פון קיין שום נייע זאכן. ער האט נישט געלאזט קיין שווים באסיין (סווימינג פול בלע"ז) אין זיין קעמפ.