אידישער לוח
פֿון װיקיפּעדיע
דער אידישער לוח איז א יערליכע קאלענדאר וואס האט אין זיך די טעג, מאנאטן און יאר, ווי אויך די פרשת השבוע און ימים טובים. עס קען אויך האבן אין זיך יארצייטן, דף היומי, חק, און אנדערע טעגליכע באזירטע שיעורים.
עס זענען געווען צוויי פארמען פון די אידישע לוח, די ערשטע ווען די בית המקדש איז געשטאנען און עס איז נאך געווען די סנהדרין און ירושלים דאן האט מען געמאכט די חדשים לויט ווען מען האט געזען די נייע לבנה. שפעטער ווען די סנהדרין איז בטל געווארן האט מען אנגעהויבן מאכן די לוח לויט די רעכענונג פון די דורךשניטליכע צייט פון איין נייע לבנה צו די אנדערע.
די היינטיגע לוח איז דאס וואס מען רעכענט די באנייעונג פון די לבנה, און איז צום ערשטען מאל באשריבן באריכות דורך די רמב"ם אין הלכות קידוש החדש.
די אידישע קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס גייט סיי לויט די זון און סיי לויט די לבנה, צוליב דעם וואס א יאר פון די זון איז מער פון 12 לבנה מאנאטן מיט בערך 11 טעג, לייגט מען צו 7 מאנאטן אין א דורכגאנג פון 19 יאר. וואס דורך דעם גלייכט זיך דאס אויס.
וויבאלד דאס אלעס גייט לויט ירושלים איז די ווינטער אדער זוממער לויט די צפונדיגער טייל פון די וועלט.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] היסטאריע
די לוח איז א מצוה אין די תורה צו האלטן, אין פרשת בא זאגט די תורה החודש הזה לכם ראש חדשים און פון דאן אן האלטן יידען די לוח.
[בעאַרבעטן] די יסודות פון די לוח
[בעאַרבעטן] די טאג
א טאג אין די לוח פאנגט זיך אהן מיט די זון אונטערגאנג און ענדיגט זיך מיט די זון אונטערגאנג, אנדערש ווי די גריגאריאן לוח וואס פאנגט זיך אהן און ענדיגט זיך ביי מיטנאכט. אין די תורה זעהן מיר אז די תורה אין בראשית זאגט ויהי ערב ויהי בקר וואס ווייזט אז די טאג פאנגט זיך אן פון באנאכט. אויך ביי די פרשה פון יום כיפור זאגט די תורה בתשעה לחודש בערב, מערב עד ערב תשבתו שבתכם וואס ווייזט אויך אז די טאג פאנגט זיך אהן פון ביינאכט.
[בעאַרבעטן] מאנאט
די מאנאט אדער חדש פון די אידישער לוח איז געבויעט אויף די וועג פון די לבנה, און די רעכענונג איז אז די דורכשניטליכע צייט פון איין נייע לבנה ביז די צווייטע נייע לבנה איז 29 טעג מיט 12 שטונדע מיט 793 טיילן צו א שטונדע אויב מען צעטיילט א שטונדע אין 1080 טיילן, וואס קומט אויס צו 44 מינוט און איין טייל, יעדע טייל איז 3 מיט א דריטעל סקונדע. א מולד ווערט אנגערופען די צייט פון די לבנה באנייאונג. און פאר א לוח ווערט פארשריבען אזוי: א-ב-ג. א=די טאג אין די וואך, ב= די שטונדע (שעה) אין די טאג א טאג פאר די מולד פאנגט זיך אהן 6 ביינאכט און ענדיגט זיך 6 ביינאכט מאכט נישט אויס וועלכע צייט אין די יאר, ג=טיילען (חלקים) צו די שעה. די רעכענונג איז זייער נאנט און פינקטלעך צו וואס מען ווייסט היינט. וויבאלד א חדש דארף זיין גאנצע טעג איז א חדש אדער 29 אדער 30 טעג.
אין תנ"ך ווערט נאר דערמאנט נעמען פאר 4 חדשים, די איבריגע ווערן אלעמאל אנגערופען מיט א נומער ניסן זייענדיג די ערשטע. די 4 נעמען וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך:
- אביב - ניסן
- זיו - אייר
- איתנים - תשרי
- בול - חשוון
די איבריגע און היינטיגע נעמען זענען בבלישע נעמען וואס מען האט ארנגעפאנגען ניצען אין גלות בבל.
די יידישע מאנאטן |
תשרי | חשוון | כסליו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב') | ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול |
[בעאַרבעטן] יאר
די יאר אין א אידישער לוח איז געבויעט אויף די 4 סעזאנען פון די יאר, אבער וויבאלד א יאר מוז זיין פון חדשים, זענען דא נאר 12 חדשים צו א יאר. אין די תורה פרשת ראה שמר את חדש האביב וואס פון דעם זעהט מען אז ניסן מוז אלעמאל זיין פרילינג, אבער וויבאלד די זון יאר איז לענגער פון 12 אידישע מאנאטן מיט בערך 11 טעג קען זיך דאס רוקען, דארפאר יעדעס מאל וואס די 11 איבריגע טעג זאמלען זיך אהן צו א חדש לייגט מען צו נאך א חדש צו יענע יאר. א יאר וואס האט 13 חדשים הייסט א שנה מעוברת, אדער א שוואנגערדיגע יאר.
[בעאַרבעטן] יאר ציילונגען
די היינטיגע יאר ציילונג אין דער אידישער לוח איז וואס מען ציילט פון ווען די וועלט איז באשאפען געווארן, דאס באשטומען די יאר איז געבויעט אויף וואס ווערט אנגערופען מולד תוהו וואס מיינט די מולד פון ראש השנה די יאר פאר וועלט באשאפונג. דאס איז אלעס געבויעט אויף די ספר סדר עולם פון ר' יוסי בן חלפתא, ווי דארטן באשרייבט ער יעדע יאר פון וועלט באשאפונג ביז אנדריונס קיסר.
[בעאַרבעטן] באשטימען א יאר
צו שרייבען די יאר איז דא עטליכע געזעצן. ערשטענס, ראש השנה דארף זיין אין די טאג פון די מולד, די סבה איז ווייל ווען די סנהדרין האט געמאכט די חדשים לויט וואס מען האט געזען איז ראש השנה אלעמאל אויסגעקומען אין די טאג פון די מולד. ראש השנה קען נישט באשטימט ווערן אין די פארגנדע טעג/צייטען:
- לא אד"ו, ראש השנה קען נישט באשטימט ווערן אויף א זונטאג, מיטוואך, אדער פרייטאג.
- מולד זקן, א מולד וואס קומט אויס נאך 12 מיטאג קען מען נישט באשטימען ראש השנה אין יענע טאג.
- ג-ט-ר"ד, א מולד וואס קומט אויס דינסטאג נאך 3 אזייגער מיט 204 חלקים צופרי אין א געהעריגע יאר קען מען נישט באשטימען ראש השנה.
- ב-ט"ו-תקפ"ט, א מולד וואס קומט אויס מאנטאג נאך 9 אזייגער מיט 589 חלקים אין א געהעריגע יאר וואס איז נאך א מעוברתדיגע יאר, קען מען נישט באשטימער ראש השנה אין יענע טאג.
אויב די מולד קומט אויס אין איינע פון די אויבערדערמאנטע טעג שטיפט מען דאס אף צו די קומענדיגע טאג, אויב איז די קומענדיגע טאג אד"ו דאן שטיפט מען דאס אף נאך א טאג. די צאל פון טעג אין א יאר ווייסט מען דורכדעם וואס מען רעכנט אויס וועלכע טאג אין דער וואך וועט ראש השנה פון די יאר און פון דער קומעדיגע יאר אויסקומען, לויט די חשבונות פון פריער קומט אויס אז די צאל פון טעג אין א יאר קען זיין איינע פון די זעקס:
- 353 פאר א געהעריגע יאר - דאס הייסט א פעלענדיגע יאר (חסרים)
- 354 פאר א געהעריגע יאר - דאס הייסט א געהעריגע יאר (כסדרן)
- 355 פאר א געהעריגע יאר - דאס הייסט א פולע יאר (מלאים)
- 383 פאר א שנה מעוברת - דאס הייסט א פעלענדיגע יאר (חסרים)
- 384 פאר א שנה מעוברת - דאס הייסט א געהעריגע יאר (כסדרן)
- 385 פאר א שנה מעוברת - דאס הייסט א פולע יאר (מלאים)
לויט דעם קומט אויס אז נישט אלע חדשים האבן די זעלבע צאל טעג אין זיך, און אז נישט אלע חדשים איז אלעמאל די זעלבע צאל טעג. דערפאר האט מען געמאכט אז 6 חדשים זאלן האבן 29 (חסר) טעג און די אנדערע 6 30 (מלא) טעג, און עס איז אויסגעשטעלט אנגעפאנגען פון ניסן אלס מלא איינס מלא און די קומעדיגע חסר. א יאר וואס איז חסרים האט חשוון מיט כסליו ביידע 29 טעג, א יאר וואס איז כסדרן האט חשוון 29 און כסליו 30 טעג, און א יאר וואס איז מלאים האבן חשוון מיט כסליו ביידע 30 טעג.
נומער | נאמען | לענג |
---|---|---|
1 | ניסן | 30 |
2 | אייר | 29 |
3 | סיוון | 30 |
4 | תמוז | 29 |
5 | אב | 30 |
6 | אלול | 29 |
7 | תשרי | 30 |
8 | חשוון | 29/30 |
9 | כסליו | 29/30 |
10 | טבת | 29 |
11 | שבט | 30 |
12 | אדר א' (נאר דא אין א שנה מעוברת) | 30 |
13 | אדר ב' | 29 |
[בעאַרבעטן] די חשבון פון אפשטיפען
די סבה פארוואס אויב די מולד איז אין איינע פון די פיר אויבערדערמאנטע צייטען שטיפט מען אפ ראש השנה איז ווי פאלגענד:
מולד זקן אויב די מולד איז געווען נאך די 18סטע שעה אין טאג (12 מיטאג) שטיפט מען דאס אף, ווייל ווען מען פלעגט נאך מאכן ראש חדש לויט ווען מען האט געזען די נייע לבנה, וואלט אזא חדש קיינמאל נישט געקענט אויסקומען, ווייל די נייע לבנה דערקענט זיך קיינמאל נישט פאר 6 שעה.
ב-ט"ו-תקפ"ט, און ג-ט-ר"ד ביידע האבן בערך די זעלבע סבה, אויב וועט מען מאכן אין א געהעריגע יאר ווען די מולד איז דינסטאג נאך די 9טע שעה מיט 204 חלקים, דאן וועט די קומענדיגע יאר אויסקומען די מולד פאר ראש השנה און שבת נאך די 18סטע שעה, וואס וועט מאכן אז מען זאל דאס אפשטיפען ביז מאנטאג (זונטאג קען ראש השנה נישט זיין וועגן לא אדו ראש), וואס דאן וועט אויסקומען אז די יאר איז 356 טעג לאנג, וואס איז נישט מעגליך מיט די כללים פון פריער, עס איז איין טאג צו לאנג, דערפאר מאכט מען די יאר איין טאג קערצער דורך אפשטיפען ראש השנה מיט איין טאג. ב-ט"ו-תקפ"ט נאך א שנה מעוברת האט כמעט די זעלבע סבה, ווייל אויב וועט מען יא מאכן ראש השנה יענע טאג אין א מאנטאג, וועט די יאר פריער האבן 382 טעג, וואס איז אויך קעגן די כללים דערפאר דארף מען דאס אפשטיפען נאך א טאג, אזוי אז דער יאר איז 383 טאג לאנג.
לא אד"ו ראש ראש השנה קען נישט באשטימט ווערן זינטאג, מיטוואך, אדער פרייטאג, די סיבות זענען ווי פאלגענד:
זינטאג, אויב וועט מען באשטימען ראש השנה זינטאג, דאן וועט אויסקומען אז הושענה רבה וועט זיין שבת און שבת טאר מען נישט קלאפן די הושענות, און וויבאלד די צדוקים האבן נישט געהאלטן פון די הושענות וועגען עס איז א הלכה למשה מסיני און שטייט נישט ארויס אין די תורה, און עס וואלט זיך געקענט מאכן צוויי יאר איינס נאכן צווייטען וואס זאל אויסקומען אזוי און דאן וואלט געווען א מעגליכקייט אז מען זאל דאס פארגעסן, האבן די חכמים מתקן געווען אז מען זאל נישט באשטימער ראש השנה אויף א זינטאג. די רמב"ם האט אן אנדער טעם (בעיקר ווייל עס זאל שטימען מיט די ריכטיגע מולד) אבער רוב ראשונים קריגען זיך מיט אים איבער דעם.
מיטוואך און פרייטאג מען באשטימט נישט ראש השנה מיטוואך אדער פרייטאג וועגן דעם ווייל דאן וואלט יום כיפור אויסגעקומען אדער פרייטאג אדער זינטאג, וואס ביידע מאל מיינט דאס אז מען קען נישט טאן קיין מלאכה פאר צוויי טעג איינס נאכן צווייטען, דערפאר האבן די חכמים מתקן געווען מען זאל דאס אפשטיפען.
[בעאַרבעטן] שנה מעוברת
ווי שוין פריער דערמאנט פארלאנגט די תורה אז מען זאל זיכער מאכן אז ניסן זאל זיין פרילינג, וויבאלד עס שטימט נישט ווייל א יאר איז בערך 11 טעג לענגער ווי 12 חדשים פון די לבנה, לייגט מען צו יעדעס מאל וואס עס איז דא א גאנצע חדש, נאך א חדש צום יאר, אזוי אז יענע יאר האט 13 חדשים.
די געזעצען פון מאכן א שנה מעוברת
ווען עס איז דא 30 טעג לייגט מען צו נאך א אדר, מען לייגט צו אדר ווייל דאס איז פאר ניסן, אזוי אז ניסן זאל אויסקומען אין פרילינג. לויט תקופת ר שמואל וואס איז די רעכענונג פון די לוח ווי לאנג א יאר פין 4 סעזענאן איז, קומט אויס אז א יאר פון די זון איז 365 טעג מיט 6 שעה. לויט דעם קומט אויס אז אין יעדע 19 זון יאר פעלט נאר 1 שעה מיט 485 חלקים (וואס די לבנה יאר איז אונטער די זון יאר) אויב מען לייגט צו 7 חדשים צו די 19 יאר אזוי אז עס זאל זיין 235 חדשים (19 מאל 12 איז 228 מיט 7 חדשים איז 235). די 19 יאר ווערט אנגערופען א מחזור, און אין יעדע מחזור מאכט מען 7 שנה מעוברת, אויף די פאלגענדע וועג: די 3טע, 6טע, 8טע, 11טע, 14סטע, 17סטע, און 19סטע יאר זענען שנה מעוברת. דאס הייסט אז ה'תשס"ו וואס איז 5766 איז נישט קיין שנה מעוברת ווייל עס איז: די 303טע מחזור (303 מאל 19 איז 5757), און פון 5757 ביז 5766 איז 9 יאר, אבער ה'תשס"ה איז יא א שנה מעוברת ווייל עס איז די 8טע יאר. עס זענען דא פארשידענע מנהגים וואס גייט אן אין אדר און אין א שנה מעוברת האלט מען דאס אין איינע פון די צוויי אדר'ס אבער נישט ביידע. פורים איז אלעמאל די צווייטע אדר, יארצייטן האלט מען די ערשטע אדר, געבורטס טאג האלט מען די צווייטע אדר. אויב עס איז געשען אין א שנה מעוברת (למשל איינער וואס איז געשטארבן אין א שנה מעוברת) דאן האלט מען די יארצייט אין די זעלבע אדר וואס ער איז גשעטארבן, און אין א געהעריגע יאר האלט מען דאס אין די איינע אדר וואס עס איז דא.
[בעאַרבעטן] ימים טובים און די טעג פון די וואך
לויט די אויבענדערמאנטע חשבונות קומט אויס אז עס זענען דא געוויסע טעג וואס ימים טובים קענען נישט אויסקומען. וויבאלד די לענג פון אדר ב' (אדער אדר אין א געהעריגע יאר) ביז ראש השנה איז אלעמאל די זעלבע, און לא אד"ו ראש קומט אויס אז יעדע יום טוב פון ראש חדש אדר ב' האט דריי טעג אין וואך וואס עס קען נישט אויסקומען. אבער די ימים טובים פון ראש חדש חשוון ביז ראש חדש אדר ב', וויבאלד די לענג איז נישט אלעמאל די זעלבע - עס קען זיין 29/30 טעג אין חשוון/כסליו, און עס קען זיין א אדר א' - האבן די ימים טובים נישט דריי טעג וואס זיי קענען נישט אויסקומען. פאלגענד איז א ליסטע פון די טעג אין די וואך וואס ימים טובים קענען אויסקומען, אלע ימים טובים פון ראש חדש אדר און ווייטער ווענדט זיך אין די קומענדיגע ראש השנה.
חנוכה, עשרה בטבת, און ט"ו בשבט זענען אלע א אויסנאם צו די 3 טעג וויבאלד זיי זענען צווישען ראש חדש חשוון און ראש חדש אדר. חנוכה קען אויסקומען אין אלע טעג חוץ פון דינסטאג, עשרה בטבת קע אויסקומען אלע טעג חוץ פון מאנטאג און שבת, און ט"ו בשבט קען אויסקומען אלע טעג חוץ פון זונטאג און פרייטאג.
[בעאַרבעטן] די מחלוקה וועגן באשטימען ראש השנה אין די צייטען פון ר' סעדיה גאון
אין די צייטען פון ר' סעדיה גאון האט אויסגעבראכן א גרויס מחלוקת איבער באשטימען ראש השנה פון יאר ד'תרפ"ג. ר' סעדיה גאון איז דאן געווען די גרעסטע ראש ישיבה אין בבל אין דער צייט איז געווען אין ארץ ישראל א גאון ר' אהרן בן מאיר, ער איז געווען די ראש ישיבה אין ארץ ישראל, לויט זיין דעה וואלט ראש השנה פון תרפ"ג נישט געדארפט ווערן אפגעשטיפט און לויט ר' סעדיה גאון וואלט עס יא געדארפט ווערן אפגעשטיפט, מען האט זיך ארום געשיקט בריווען דורך די גאנצע יאר תרפ"ב, און די מחלוקה האט נאר גברענט ווייטער און ווייטער, בן מאיר האט געטענעט אז וויבאלד קביעות החדש געהערט פאר ארץ ישראל, און דא איז דא א מחלוקה וועגן קביעות החדש דארף מען טאן לויט ווי די ארץ ישראלדיגע. ר' סעדיה האט אבער געהאלטן אז דאס איז נאר ווען מען איז מקדש לויט וואס מען זעהט, אבער ווען מען ניצט חשבון גילט נישט דער כלל, דערפאר דארף מען זיך נישט רעכענען מיט דעם וואס ער וויאנט אין ארץ ישראל. די מחלוקה האט אזוי אנגעהאלטן ביז תרפ"ה ווען רוב ארץ ישראלדיגע האבן געטאן וואס בן מאיר האט געהאלטן און די חוץ לארץדיגע האבן געטאן ווי ר' סעדיה גאון, אין תרפ"ה האט זיך די מחלוקה אפגעשטילט מיט דעם ר' אהרן איז נפטר געארן פלוצלונג פאר פסח (מספר יוחסין הקדמון), און למעשה האבן די פוסקים הקדמונים והאחרונים אנגענומען ר' סעדיה גאון'ס שיטה.
[בעאַרבעטן] פעלענדיגע יארן אין די אידישע יאר ציילונג
עס איז דא א לאך פון בערך 165 יאר צווישען די ציילונג וואס די אידישע לוח ציילט וואס איז געבויעט אויף סדר עולם פון ר' יוסי בן חלפתא, און די ציילונג וואס איז היינט באוואוסט פאר די וויסענטשאפטלער. די עיקר לאך איז ווען די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן, לויט סדר עולם איז עס חרוב געווארן אין ג'של"ח (3338) וואס איז 421 פאר די אלגעמיינע ציילונג, אבער לויט די פארשער איז עס חרוב געווארן 586 פאר די אלגעמיינע ציילונג דאס איז 165 יאר לאך.
[בעאַרבעטן] צוויי יאר וואס שטימען נישט
מיר ציילן היינט אז די יאר פון מולד תוהו (וואס איז די יאר פאר אדם הראשון איז באשאפן געווארן) אלס יאר נומער 1, און די יאר וואס אדם הראשון איז באשאפן געווארן אלס יאר נומער 2, אבער אין סדר עולם אויף וואס אונזער ציילונג איז באזירט קוקט אויס ווי ער ציילט די יאר וואס אדם הראשון איז באשאפן געווארן אלס יאר 0. דאס לייגט צו נאך 2 יאר וואס לויט דעם וואלט אויסגעקומען אז וואס סדר עולם רופט אן 3338 איז באמת 3340 פאר אונז.
[בעאַרבעטן] פארענטפערן די צווישענשייד פון 165 יאר
עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז עס איז א טעות און די טעות נעמט זיך פון דעם וואס די נביאות פון דניאל קען זיין געטייטשט אז עס וועט זיין 490 יאר פון חורבן בית ראשון ביז חורבן בית שני, און רעכענדונג צוריקוועגס קומט אויס די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן אין 3338. אנדערע ווילען זאגן אז די פסוקים אין דניאל זענען טאקע די סבה פאר די פעלענדיגע יארן, אבער נישט בטעות נאר עס איז געטאן געווארן דווקא כדי מען זאל נישט קענען אויסרעכענען ווען משיח וועט קומען, וואס איז וואס די פסוקים אין דניאל רעדן פון. דאס איז אויך געווען אן אנטסעמיטישע סבה וואס די קריסטן האבן געזאגט אז די אידען האבן געטאן כדי צו פארדרייען די נביאות אין יענע פסוקים פון דניאל ווייל עס גייט ארויף אויף יוזל.
[בעאַרבעטן] וועלכע יארן זענען די ריכטיגע
עס איז נישט מעגליך אז ביידע זאלן זיין ריכטיג דארפאר דארף מען זעהן וועלכע מען נעמט אהן. עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די אידישער לוח, ווייל דאס איז אלעס געבויעט אויף סדר עולם אנע דרויסענדיגע מקורות אויף דעם, חוץ תנ"ך. דערפאר רעכענען פארשער די יארן לויט די ווערק פון אלטע גריכישע שרייבער און פארשער, אלטע ווערק פון בבלישע קעניגען, און פרס'ישע מקורות וואס ווייזט ווער עס איז געווען הערשער ווען. אסאך פארשער לייגן אהן די פעלענדיגע יארן אויף די פאקט אז דורך די פרסישע הערשאפט איז געווען ווייניג פארשריבען ביי די אידישע חכמים, און די אידישע חכמים האבן נאר א חשבון פון עטליכע 20 יאר פון פרסישע הערשאפט, אין דער צייט וואס פארשער האבן איבער 200 יאר פון פרסישע הערשאפט.
די וואס האלטן פון די אידישע לוח פרעגן אף די פארשער אז זייער זאכן זענען אויך געבויעט אויף גריכישע פארשער וואס האבן דאס נאר געוואוסט פון מויל צו מויל און נישט פון געהעריגע פארשריבענע מקורות וואס אויב אזוי איז דאס זיך פארלאזן נאר אויף זיי און נישט אויף די אידישע תנ"ך סתם א איינזאטיגע וועג פון קוקען דערויף. אויף איז דא א שטארקע פראגע אויף די גאנצע פארבלעם, ביי פארשער איז אנגענומען אז א יום טוב איז א גוטע מקור אויף א געשעהעניש און אויף די צייט פון די געשעהעניש, און וויבאלד עס איז געווען נס פורים גלייך פאר אויפבויען פון בית שני, און מען האט דאן שויל געהאלטן די יום טוב פורים דאן קומט אויס אז מען האט א יום טוב באזירט אויף די געשעהעניש וואס מיינט אויך אז עס באשטעטיגט די יארן. אויך איז געווען שפעטערדיגע פארשער ווי נויטאן וואס האבן שטארק אפגעפרעגט די גריכישע און אנדערע אלטע פארשער, בעיקר ווייל זייערע יארן זענען געבויעט אויף אסטראנאמיע און זיי האבן לויט די שפעטערע פארשער נישט געקענט אסטראנאמיע צו גוט.
די פאלגענדע איז א טיילוויזע ליסטע פון ווי די אידישער לוח נעמט איר יאר ציילונג:
- די יארן וואס זענען פארשריבען אין די תורה.
- מסורה פון ימים טובים וואס מען האלט יעדע יאר און די ימים טובים זענען וועגן א געשעהעניש אין א גוויסע יאר.
- סדר עולם רבה, סדר עולם זוטא, סדר הדורות, און תולדות עם עולם.
- די גמרא און ראשונים.
- ספר יוסיפין.
- די גריכישע און בבלישע פארשער אבער פארטייטשט אין אזא וועג אז זיי שטימען מיט די אידישער ציילונג.