באלפורס דעקלאראציע
פֿון װיקיפּעדיע
באלפור דעקלעראציע איז געווען די ערשטע דעקלעראציע וואס די בריטן האבן איינערקערט אין דער זכות פון די יידישע ציונים זאלן יידן זיך באזעצן אין ארץ ישראל און אויפבויען א יידישע מדינה. דאס איז אונטערגעשריבן געווארן אין מיטן דער ערשטער וועלט קריג י"ז חשוון ה'תרע"ט ; 2 אין נאוועמבער 1917.
די דעקלעראציע האט פארגעלייגט ד"ר חיים ווייצמאן.
אין יאר ה'תר"פ האבן די בריטן באקומען א בעשטעטיקייט (וואס הייסט: דאס בריטישע מאנדאט) צו הערשן אויף פאלעסטינע אין ארץ ישראל כדי צו אויספירן זייער צוזאג. צום ענדע, אין יאר ה'תש"ח איז געגרינדעט געווארן מדינת ישראל.
[בעאַרבעטן] די אינהאלט פון די דעקלעראציע
ממשלת הוד מלכותו רואה בעין יפה את הקמת בית לאומי לעם היהודי בפלסטינה ותעשה את מיטב מאמציה להקל את השגת מטרה זו, תוך הבנה ברורה שלא ייעשה דבר שעשוי יהיה לפגוע בזכויותיהם האזרחיות והדתיות של הקהילות הלא-יהודיות הקיימות בפלסטינה, או בזכויות ובמעמד המדיני מהם נהנים היהודים בכל מדינה אחרת.
[בעאַרבעטן] די אינטערעסן פון די בריטן
- די בריטן האבן געוואלט הערשן אויף ארץ ישראל כדי צו קענען דורך איר אדורך גיי צו די לענדער אין מערב זייט ווי אינדיע און עגיפטן.
- די בריטן האבן זיך געחנפעט צו די יידן, כדי די אמעריקאנער יידן זאלן משפיע זיין אויף אמעריקע צו העלפן בריטאניע ביי דער ערשטער וועלט קריג.