באן

פֿון װיקיפּעדיע

פון די ערשטע באנען אין פראנקרייך אין אנפאנג די 20טע י"ה וואס האט געפארן אויף א דאמף מאטאר
פון די ערשטע באנען אין פראנקרייך אין אנפאנג די 20טע י"ה וואס האט געפארן אויף א דאמף מאטאר

א באן איז א טעכנאלאגישע מיטל צו אריבער פארן צווישן ווייטע ערטער, צווישן שטעט און צווישן מדינות. די באן וואס פארט צווישן מדינות הייסט צוג. אויך איז דא באנען וואס פארן דורך אין די שטעט: "שטעט באנען" און "אונטערערדישע באנען".

[בעאַרבעטן] היסטאריע

די באן איז אנטוויקלט געווארן ביים ענדע פון די 19טע י"ה (אין 1830). די ערשטע באן איז געפארן בלויז עטליכע קילאמעטער אויף א דאמף מאטאר אין גרויסבריטאניע. טיפער אין די 20טע י"ה איז שוין די באן געווען פארשפרייט אין רוב אייראפע.

די באן איז געוועזן א געוואלדיגע אויסברעך זינט טויזנטער יארן צוריק. ביז ווען די באן איז דערשינען געווארן, האבן מענטשן זיך געוואנדערט דורך פערד מיט וועגינער, וואס דער פארן האט געדויערט זייער לאנג מיט פיל סכנות אויף די וועגן, אדער האט מען זיך געוואנדערט מיט שיפן וואס האבן געפארן זייער שטאט דורך פארהאנגען, וואס דערפאר האבן זיך דאן רוב מענטשן נישט ערלויבט צו באזוכן אנדערע ערטער אינדרויסן פון זייער דערפל. אבער זינט די באן איז דערשינען געווארן האט דאס פארענדערט די וועלט אין גאר א סך ענינים, צ.ב.ש האט דאס צוגעברענגט צו די באדארפעניש צו פארן אויף דאטשע און פארברענגען אויף וואקאציע, און איבערהויפט האט דאס פארענדערט די האנדל אין ווירטשאפט.

אין די 20טע י"ה האט זיך אנטוויקלט אין פאריז און אין לאנדאן די שטעט באנען און די אונטערערדישע באנען.