דוד כהן
פֿון װיקיפּעדיע
הרב דוד כהן אדער ווי ער איז געווען באוואוסט אלס הרב הנזיר (דער רב דער נזיר) אלול ה' תרמ"ז - כ"ח אב ה' תשל"ב, איז געווען א רב, א קבלהיסט, פילעזאפער און נזיר - צוליב וואס מען האט אים גערופען דער נזיר - א תלמיד פון הרב קוק.
[בעאַרבעטן] היסטאריע
געבוירן אין שטאט מיעסיגאליע נעבן ווילנא, צו א חשובע רבנישע משפחה. געווען א תלמיד פון חפץ חיים, און א תלמיד אין ישיבות וולאזין, און סולובודקע. אים האט געצויגן צו לערנען מעהר ווי וואס מען האט געלערנט אין ישיבה דערפאר האט ער זיך געקערט צו די לערנונגען פון ר' שמשון רפאל הירש און שפעטער צו די שרייבונגען פון הרב קוק. ער האט זיך אויך אויסגעלערנט די רוסישע שפראך כדי צו ווערן אנגענומען אין די יניווערסיטי.
ער איז געווען א סטודענט אין די פאלגענדע אונווערזיטעטן:
- אקעדמיע פאר ידישע שטודיעס - ווי ער האט זיך באקענט מיט זלמן שזר שפעטערדיגער נשיא פון מדינת ישראל.
- אונווערזיטעט פון פרייבורג אין דייטשלאנד.
- דורך די ערשטע וועלט קריג איז ער אפגעהאלטן געווארן אין דייטשלאנד אלס א פיינטליכע פארשוין, מען האט אים שפעטער ארויסגעלאזט און ער איז געפארן קיין שווייץ. און ער איז געווען אין אונווערזיטעט פון באזעל.
אין די אונווערזיטעט פון באזעל האט ער אויף זיך גענומען נזירות, אבער די נזירות איז נישט געווען קיין פשוטע, ער האט אויך גענומען אויף זיך א שטארקע דייעטע וואס האט נישט געהאט קיין שום פלייש און פיש. האט קיינמאל נישט געטראגן קיין לעדערנע בגדים ווי לעדערנע שיך. און א תענית דיבור יעדן ערב ראש חדש, און פון ראש חדש אלול ביז נאך יום כיפור.
אויך האט ער גערעדט נאר עברית, און נישט פארלאזט ירושלים.
ער האט זיך געטראפן מיט הרב קוק אין 1915 אין שווייץ, ער האט אויף דעם געזאגט אז דאס האט געטוישט זיין לעבן. ער האט דאן איבערגעלאזט אלע זיינע סעקולארע שטודיעס און האט זיך אריינגעווארפן אין ידישע לערנונגען.
אין 1922 האט אים הרב קוק - וואס האט זיך דאן געפונען אין ארץ ישראל - איינגעלאדענט צו קומען זיין א לערער אין א ישיבה וואס ער האט געבויעט, ער האט דאן געמאכט די לימודים פאר די ישיבה וואס איז באשטאנען פון פיליזאפיע, היסטאריע, מוסר, עברית און תנ"ך. ער אליין איז געווען א לערער דארט פאר מוסר, גמרא און פיליזופיע.
ער פלעגט זיך טרעפן מיט הרב קוק כמעט טעגליך, די צוויי זענען געווען זייער נאענט, און הרב קוק האט אים געטרויעט מיט זיינע כתבים אויף פיליזופיע. וואס איז געווען די עיקר זאך אין וואס ער האט עוסק געווען.
ער האט געשריבן א ספר קול הנביאה אין וואס ער שרייבט אסאך וועגן די צוריקער פון נביאה ביי אידען, וואס ער איז געווען זיכער וועט געשען דורכדעם וואס אזויפיל אידען קומען צוריק וויאנען קיין ארץ ישראל.
ער איז געווען א פייערדיגע אנהענגער פון הרב קוק אז די צוריקער און די אויפקומען פון די רעגירונג אין ארץ ישראל אלס מדינת ישראל איז טייל פון די גאולה.
ער האט איבערגעלאזט איין זוהן הרב שאור ישוב כהן אשכנזישע רב הראשי אין חיפה. און איין טאכטער די ווייב פון ישראלישע רב הראשי הרב שלמה גורן.
קאַטעגאָריעס: רבנים | ציונות | ציוניסטן