טשולענט
פֿון װיקיפּעדיע
טשולענט (פון אַלט פראַנצויזישע chault-lent וואס מיינט, עס ווארעמט זיך לאנגזאם) איז אן עסנווארג-געמיש פון פארשידענע גרינסן.
דער הויך פונקט פון אלע שבתדיגע געשמאקע עסן איז בלי ספק דער טשולענט, ביי אסאך קען שוין קוים אויסווארטן ביז שבת צופרי צו טועם זיין דעם טשולענט, און מען איז טועם פרייטאג אויך.
איינע פון די נאכווייען פון דעם גאשמאקן הייליגן שבת מאכל איז אז עס איז גורם צו אסאך גאז. דאס געשענט צוליב דעם וואס די פייבער פון די בונדלעך זענען שווער צו פארדייען און עס לאזט באבעלס, אויף דעם איז דא אן עצה אז מ'לאזט די בונדלעך ווייקן דאנערשטאג א גאנצען נאכט פאר מ'קאכט דאס אפ. אזוי ארום נעמט דאס אוועק אביסל פון די הארטנעקיגער שטארקע פייבער און די ארבייט פון די געדערם איז גרינגער צו לאזן ווייניגער באבעלס.