באַניצער רעדן:יצחק
פֿון װיקיפּעדיע
טייערער הויעך געשעצטער פריינט, ברוך בואיך צום וויקיפּעדיע! די ענציקלאָפּעדיע וואס יעדער איינער קען באַאַרבעטן.
אויך דו ביסט געלאַדנט איר איינצונעמען און איר געבן פון דיין טאלאנט. זעה דעם הילף בלאַט, און פאנג שוין אן צו פארבעסערן, ענדערן, שרייבן, און רעדאגירן.
געדענק! ס'איז נישטא קיין שום זאך וואס דו האלטסט עס איז נישט ריכטיג, און דו זאלסט איר נישט קענען פארעכטן, סיי די אינהאלט, סיי די אויסשטעל, און אזוי ווייטער; דעריבער ווי איידער זיך פילן פארפרעמדט פון נישט גוט געשריבענע ווערטער אדער דעזיין, טוט דאס ענדערן אנשטאט קריטיקירען אדער אבי מעקן. (געדענקט: עס איז אלץ וויכטיג דורכצורעדן אויפ'ן רעדן בלאט איידער איר מעקט אויס יענעם'ס שווערע ארבעט.)
וויקיפעדיע מיינט, אז יעדער איז גלייך באגלייבט און באאויפטראגט צו פארשענערן און פארגרעסערן די אינפארמאציע. מיר קוקען ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשען אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגער פראיעקט.
פון אלע וויקיפעדיע באנוצער, ליינער, און שרייבער.
--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 13:56, 10 אקטאבער 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] דער נערווען קריכער אלזוז רודפט שוין
איך האב ליב דיינע נייעס וואס דו ברענגסט יעדן טאג. איך וואונדער זיך אלס וואו די געפינסט אזאלכע פארשטופטע אבער אינטערסאנטע נייעס. עס איז זייער אינפארמאטיוו.
אלס נייע באנוצער איז אויך גוט זאלסט וויסן אז פאר נייעס איז ערלויבט יעדן טאג צו האבן א צווייטע באנוצער נאמען. דאס הייסט אז אויב וועסטו זיך נישט שפירן באקוועם מארגן צו שרייבן מיט דיין יעצטיגע באנוצער נאמען -יצחק, קענסטו עס רואיג טוישן. אבער נישט פאר אנדערע זאכן, זעה: הילף:מערערע באנוצער נעמען.
איך זאג דיר דאס כדי צו מאכן העכסט באקוועם, זאלסטו אונז יעדן טאג ברענגען נייעס, און אויך יעדן טאג טוישן ניק, אויב אזוי שפירסטו זיך בעסער.--אלזוז 14:49, 10 אקטאבער 2006 (UTC)
-
- א גוט מארגן נערווען קריכער,
מיט וואס איז די נייעס פארשטופט?--יצחק 15:04, 10 אקטאבער 2006 (UTC)
- א גוט מארגן נערווען קריכער,
עס זעט אויס ווי די ליינסט שוין וויקעפעדיע א היפש שטיקל צייט אז דו ווייסט פון דעם אז איינער האט מיך אמאל אטאקירט אלץ נערווען קריכער. עס איז מיר אינטערסאנט צו וויסן פארוואס דו האסט נישט געשריבן ביז יעצט קיינמאל.? אבער בעצם איז ראטזאם זאלסט וויסן אז איך בין חס ושלום נישט קיין נערווען קריכער, יענער האט סתם ארויפגעלייגט א בלבול אויף מיר צוליב א פריוואטע סכסוך. איך האב שוין פיל בייגעשטייערט צום וויקעפעדיע, הן ארטיקלן, הן אויספארעמען הילף ועוד ועוד. עס איז גוט אלס נייע באנוצער אז דו זאלסט וויסן אז נישט אלעס וואס מען זעט אז איינער אטאקירט א צווייטן האט עפעס אמתקייט אין זיך.--אלזוז 17:40, 10 אקטאבער 2006 (UTC)
-
-
- מיט דעם וואס דו קומסט דא יעדן אינדערפרי רודףן אן אנדער ניק וואס ברענגט דא נייעס און צו מאכן רמזים פון גילו אז מיר זעען די זעלבער ברעכסטו פאליסי, זאלסט דיך נישט וואונדערן אז מ'וועט דיך בלאקירן. --יצחק 20:59, 10 אקטאבער 2006 (UTC)
-