משולם פייש לאווי
פֿון װיקיפּעדיע
הרה"צ ר' משולם פייש לאָווי שליט"א, דער הייליגער טאָהש'ער רבי, ער איז פון די הייליגסטע אידן היינט צוטאגס אין די חסידישע וועלט פון אדמור"ים.
און איז פון די לענגסטע רבי'ס היינטיגע צייטן, איבער זעכציג יאר.
זיך נישט געמישט אין קיין שום חסידישע מחלוקת קיינמאל אין זיין לעבן.
אן היסטארישער בעל צדקה. מיט פאסירונגען פון זיינע טיילן געלטער פאר ארימעלייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן.
טייל האבן טענות אויף אים אז ער זאגט צו ישועות ארויסשלעפענדיג שווערע טויזענטער פאר צדקה פון ארימעלייט. און זיי די קראנקע זייענדיג פארצווייפעלט נאך א ישועה לויפן ארום בארגן חובות איבערן קאפ כדי צו קענען געבן פאר טאהשער רבין. אבער זיינע חסידים זאגן אז דאס איז דער סוד פון זיינע ישועות אז דער חולה הרגעט זיך פאר צדקה העלפט הקב"ה אין דעם זכות און ער ווערט אויסגעהיילט.
עס מוז באטאנט ווערט אז דער טאהשער רבי האט קיינמאל נישט פארמאגט א סעיווינגס באנק אקאונט, און שטענדיג האט ער צוטיילט מער געלט ווי ער האט פארמאגט.
עס ווערן דערציילט פארשידענע לעגענדעס וועגן זיינע אויסטערלישע צדקות.
צ.ב.ש וויאזוי ער האט פארטיילט דאס לעצטע פרוטה, אפילו אין די שווערטסע אומשטענדן ווען ער האט געמוזט אליין האבן געלט, און וויאזוי ער האט אויסגעשפילט זיינע אייגענע גבאים און שטוב מענטשן וועלכע האבן איהם געוואלט אפהאלטן פון פארטיילן אזוי סאך.
ארעמעלייט, איבערהויפט בנש"ק'לעך פארציילן אז ער האט ארויסגעשלעפט פאר זיי געלט פון די זאקן שיך א.א.וו. פאר זיי ווארטענדיג די גבאים זאלן נישט באמערקן זיין באהעלטעניש.
שוין אין די אינגע יארן פלעגט ער שטענדיק גיין נאך געלט פאר ארימע משפחות, כלות און יתומים.
דער טאהשער רבי איז פארהייליגט ביי אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, און ס'קומען צו פארן אויף שבתים ימים טובים אדער סתם צו נעמן זיין ברכה אלע סארטן אידן, און יעדער געפינט זיך דאס פלאץ דארט און שעפט חיות און הנאה פונעם פארוויילן מיט'ן רבי'ן און באקומען זיין הארציגע ברכה. ווי די היסטאריקער געבן איבער איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא גרויסע געפארעכץ צו א רבין, ווי מ'פארט היינט קיין טאהש.
[בעאַרבעטן] זעה אויך
[בעאַרבעטן] דערויסענדיגע לינק
לעבעדיגע מוזיק בשעת דער רבי טאנצט מיט הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן שליט"א אבדק"ק (פאפא) בעלזא מאנטריאל