Static Wikipedia February 2008 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu

Web Analytics
Cookie Policy Terms and Conditions חסידות – װיקיפּעדיע

חסידות

פֿון װיקיפּעדיע

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] איבערבליק

חסידות איז אַ שטרעמונג וואָס איז געגרינדט געוואָרן דורכן בעש"ט הקדוש, באַזירט אויף יסודות אין תורת הקבלה. די יסודות פון חסידותזענען צו דינען דעם באשעפֿער מיט אינערלעכקייט פֿון האַרץ. חסידות האַט שטאַרק באַטאָנט לויטערקייט פון האַרץ, אַהבת ישׂראל, און התקשרות און אמונה אין צדיקים. אַן עקסטערן דגוש ווערט געלייגט אויף שבירת המדות, אויסצורײַסן גאווה, כּעס, א.ד.ג. און זיך ברעכן די תּאוות הגשמיות.

חסידים זענען די ייִדן וואָס פֿירן זיך לויט די אויבנדערמאָנטע יסודות פון דרך הבעש"ט.

חסידים אין אונגערן האָבן אויך געלייגט אַ שטאַרקן דגוש אויפֿ'ן דרך פֿון חת"ם סופֿר מקנא צו זײַן אויף פּירצות אין יהדות און שטיין על המשמר אויף אַזעלכע ענינים ווי ייִדישע שּפּראך און ייִדישע קליידונג.

אין ספֿר חיי החפץ חיים, (מחבר ר' ארי' לייב בן החפץ חיים) שטייט, דער חפץ חיים האָט געזאָגט, ער איז מקנא די חסידים מיט 3 זאַכן, 1) פֿון די זאַכן, אַז דער חינוך בײַ די חסידים האַלט זיך זייער שטאַרק, ווײַל, ווען אַ משׂכיל קומט אין אַ ליטווישער שטאָט, און רעדט צו די קינדער, וועט מען איבער טראַכטן אויב עס איז פּאַסיק אים צו שטערן, אויב עס איז לשון–הרע, א.ד.ג, אין די צײַט וואָס מענטשן טראַכטן וואָס צו טון, איז דער משׂכיל משחית דעם חינוך - אָבער אויב גייט דער משׂכיל אין אַ חסידישע שטאָט, און רעדט צו אַ קינד, וועט די גאַנצע שטאָט אים אַרויסבאַגלייטן מיט בזיונות בתופים ובמחולות, און עס איז אים נישט מיגלעך צו שעדיקען דעם חינוך (נ"ב מהכותב: עס גלייבט זיך נישט פֿועם לשון אין ספר חיי הח"ח, אַז דער חפץ חיים רעדט דאָ פֿון אונגאַרישע חסידים דווקא, ער שרײַבט דאָס בפֿירוש אויף אלע חסידים).

אויך שטייט אַז דער חפץ חיים זי"ע האָט געפֿרעגט פֿונעם מהרש"ב פֿון ליבאַוויטש זי"ע, ווי אַזוי ער האָט געפּועלט בײַ זײַנע תּלמידים, זיי זאָלן לאָזן וואַקסן די בערד, ווײַל דער חפץ חיים האָט זיך זייער אַ סך געבעטן בײַ זײַנע תּלמידים זיי זאָלן לאָזן וואַקסן די בערד, און ער האָט נישט געפּועלט (אַזוי ווי עס פֿלעגט גיין אין ליטווישע ישיבֿות) האָט דער מהרש"ב געענטפֿערט, אַז ער האָט נאָך קיין מאָל נישט גערעדט וועגן לאָזן וואַקסן די בערד, די תּלמידים, האָבן דאָס אַליין פֿאַרשטאַנען.

דער ריכטיקער אָפּטײַטש פֿון דאָס וואָרט חסיד איז פֿון מתחסד עם קונו, ד.ה. ער טוט מער ווי מען ברויך צו טאָן כּלפּי די חובות היהודי לבוראו.

[בעאַרבעטן] היסטאָָריע פֿון חסידות

די שרשים פֿון חסידות זענען געשטעלט געוואָרן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און וואָלין. נאכ'ן הסתלקות פֿון בעש"ט איז איבערגעגאַנגען די הנהגה צו ר' דוב בער ממעזריטש, באַקאַנט ווי דער מעזריטשער מגיד. אין יענער צײַט האָבן אָנגעהויבן צוגעקומען חסידים און תּלמידים פֿון פּוילן און גאַליציע (ר' אלימלך פֿון ליזענסק, חוזה פֿון לובלין, שפּעטער ר' שלום מבעלזא, שפּעטער דברי חיים צאַנז, און קאָצק גור אין פוילן, וכו') , און אפֿילו פֿון ווײַטער אונגעריש-עסטרײַכישער אימפּעריע (ר' פנחס הורוויץ בעל הפלאה, וכו').

נאָכן הסתלקות פֿונעם מעזריטשער מגיד האָט זיך די הנהגה פֿונאַנדערגעטיילט צווישן די גרויסע תּלמידים, איבערהויפּט: ר' שניאור זלמן פֿון ליאַדי, ר' מנחם נחום פֿון טשערנאָביל, און ר' אלימלך פֿון ליזענסק.

די תּלמידים פֿון ר' אלימלך, איבערהויפּט דער חוזה פֿון לובלין און זײַן תּלמיד ר' נפֿתּלי ראַפּשיצער, האָבן געהאָלפן נאָך מער פֿאַרשפּרייטן די תּורת החסידות אויף ווײַט און ברייט דורך זייערע צאָלרײַכע תּלמידים און חסידים. דאַן האָט חסידות געשלאָגן וואָרצלען אין אַזעלכע ווײַטע ערטער ווי אונגערן דורך דעם חוזה'ס תּלמיד בעל ישמח משה.

[בעאַרבעטן] נאָך דער צווייטער וועלט–מלחמה

נאָכן חורבן אין אייראָפּע האָבן זיך איבערגעפֿלאַנצט אַ סך חסידישע הויפֿן, גרויסע און קליינע, אין ארץ–ישׂראל און אַמעריקע. חסידות אין מאָדערנע צײַטן האָט פֿאַרשפּרייט אין כּלל–ישׂראל די ליבשאַפֿט צו וואַרעמער נגינה און מער מנהגים באַזירט אויף קבלה, און אמונת–צדיקים.

חסיד'ישע הויפֿן זענען געוואָרן אלץ מער פֿאַרברייטערט און פֿאַרצווײַגט און מיט דעם זענען מיטגעקומען נײַע שוועריקייטן צו קענען אָנהאַלטן דעם אָריגינעלן דגוש פֿון חסידות אויף עבודת–השם מיט אינעווייניגסטע פֿון האַרץ, און אויף צו געדענקען און פֿארשטיין די טיפֿע תּורת–החסידות פֿון בעש"ט ותּלמידיו. אויך זענען חסיד'ישע הויפֿן געוואָרן מער פּאָליטיזירט און פּאַרטיייִש, און אַ סך זענען הײַנט מיטן געדאַנק אַז דער חסידישער לעבנסשטייגער איז מײַסטענס אויף אָנצוהאַלטן ייִדן בײַ ייִדישקיט. עס איז באַקאַנט אַז דער סאַטמאַרער רבֿ, ר' יואל טייטלבוים, האָט געשריבן אַז נשתכח תורת הבעש"ט. ער שרײַבט בפֿירוש דאָרטן אין ויואל משה "וצריך בינה יתירה להבונן בדבריהם הקדושים" - דער סאַטמאַרער רבי זי"ע פֿלעגט גיין אין ווײַסע זאָקן אין דער וואָכן, אין די ערשטע יאָרען אין אַמעריקע פֿלעגט ער גיין צו ליטווישע אסיפֿות–הרבנים, נאָכן זען אַז ער איז אַ גדול–בתּורה, האָט אַ ליטווישער רבֿ אים געפֿרעגט "סאַטמאַרער רבֿ, פֿאַר וואָס מאַכט איר זיך נאַריש צו גיין מיט ווײַסע זאָקן", האָט ער אים געענטפֿערט! איך מאַך זיך נישט נאַריש!!!

עס זענען דאָ אַ סך חסידים וואָס האַלטן נאָך שטאַרק אָן מיט די אָריגענעלע יסודות, און עס קען נאָך ווערן געפֿונען הײַנט בני עלי' וואָס האָרעווען אין תּורת–החסידות און אין תּורת–הקבלה אויף וואָס דאָס איז געגרינדט, און אַרבעטן אויף תּורה לשמה, שבֿירת–המדות, און התדבֿקות לצדיקי אמת.

[בעאַרבעטן] התנגדות

פֿון סאַמע אָנפֿאַנג זענען געווען שטאַרקע חולקים אויפֿן נײַעם דרך. ספּעציעל אין ליטע זענען אַרויסגעגעבן געוואאָרן צאָלריכע חרמים קעגן חסידים, א טייל פֿון וועלכע דער גר"א האָט זיך אין זיי אָנגעשלאָסן, און די ערשטע מיטגלידער פֿון חסידות האָבן געהאַט אויסצושטיין גאָר שטאַרקע רדיפֿות.

די הויפּט–טענות קעגן די חסידים האָבן באַשטייט אין דעם וואָס מען האָט משנה געווען אינעם נוסח–התּפלה פֿון נוסח–אַשכּנז צום נוסח–אר"י, און אַז די חסידים האָבן מיקל געווען אין געוויסע הלכות, ווי צ.ב.ש. זמן–תּפלה, א.ד.ג. אויך איז געווען שטאַרק דאָס חשד אַז חסידות איז נישט מער ווי אַ כּת מיט מאָדנע געפֿירעכץ וואָס וועט צוברענגן צו אַ פֿאַרצווייפלונג אין יהדות צום גלײַכן ווי דער כּת ש"ץ.

מיטן אָנקום פֿון דער השׂכּלה איז די התנגדות קעגן חסידים שוואַך געוואָרן דורך דעם וואָס חסידים און מתנגדים האָבן אײַנגעזען אַז זיי מוזן פֿירן אַ געאייניקטן קאַמף קעגן השׂכּלה.

[בעאַרבעטן] ספרי יסוד פון חסידות

  • תולדות יעקב יוסף
  • מאור עינים
  • נועם אלימלך
  • ספר התניא
  • דגל מחנה אפרים
  • קדושת לוי
  • עבודת ישראל
  • באר מים חיים
  • מאור ושמש

- ביי אסאך חסידים גייען נישט די ספרים אראפ פון טיש


צדיקים האבען געזאגט: מ'דארף זיך פארזעצן (פאר'משכנ'ן) די שטריימל, צו קויפן א חסידיש ספר

[בעאַרבעטן] חסיד שוטה

א פרומער משוגענער רופט מען אן א "חסיד שוטה".

[בעאַרבעטן] זעה אויך

Static Wikipedia 2008 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu -

Static Wikipedia 2007 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu -

Static Wikipedia 2006 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu