נחמן מברסלב
פֿון װיקיפּעדיע
רבי נחמן מברסלב זצ"ל א אייניקל פון בעש"ט, און דער גרינדער פון חסידות ברעסלעב. זיינע תורות און משָלים זענען טיפע, ער האט געצויגן צו זיך הונדערטער חסידים. נאך זיין פטירה האבן זיינע חסידים נישט אויפגענומען קיין רבי כאטש וואס ר' נחמן האט מרמז געווען זאל זיין תלמיד ר' נתן ממשיך זיין פירן נאך אים, ווייל ר' נתן האט געהאט גרויס אמונה און רעספעקט פאר זיין רבי ר' נחמן, און האט זיך נישט געפילט אלץ א צדיק הדור. פון דאן איז די חסידות געווארן באקאנט אלץ די טויטע חסידים.
[בעאַרבעטן] לעבן און שאפן
רבי נחמן איז געבוירן אין מעז'בוז אין יאר תקל"ב. זיין מוטער פייגע איז געווען די טאכטער פון אדל, דער טאכטער פון בעש"ט. זיין פאטער ר' שמחה איז געווען א זון פון ר' נחמן מהאראדענקא, א תלמיד פון בעש"ט, נאך וועמען ער האט געהייסן.
ער האט חתונה געהאט ביי די דרייצן יאר און זיך געצויגן צום הויז פון זיין שווער אין הוסיאטין. אין יאר תקס"ב האט ער זיך געצויגן קיין שטאט ברסלב. דארט האט ער דערקלערט - היינט האבן מיר געפלאנצן דעם נאמען פון ברסלב'ער חסידים.
ער האט געהאט זיבן טעכטער און צוויי זין. צוויי זין און צוויי טעכטער זײַנען אוועק באלד נאכ'ן געבוירן.
אין תק"ע האט אויסגעבראכן א פייער און חרוב געמאכט ר' נחמן'ס הויז. אידן אין אומאן האבן אים געלאדענט צו קומען דארט וואוינען, און נישט לאנג דערנאך איז ער דארט נסתלק געוורן זייענדיג שווער קראנק. מען האט אים באערדיגט אין אומאן.
[בעאַרבעטן] מחלוקת
דער שפאלער זיידע האט געפירט קעגן ר' נחמן א פייערליכער מערכה, און פראבירט צו פועל'ן ביי אנדערע צדיקים אז זיי זאלן אויף אים לייגן א חרם. דער בערדיטשובער רב האט עס אבער נישט צוגעלאזט און שטענדיג זיך אנגענומען פאר ר' נחמן'ען.