סאציעלע פאביע
פֿון װיקיפּעדיע
סאציעלע פאביע אדער סאציעלע אנגסט / פאניק (אויף ענגליש הייסט דאס "Social Anxiety" אדער "Social phobia". אויף העברעיש הייסט דאס "חרדה חברתית") איז א גייסטלעכע קרענק, פון א מענטש וואס פארכט איבערן מאס פון צו זיין באטראכט און אפגעשאצט ביי אנדערע אין א סאציעלער צושטאנד. ווי צום ביישפיל ציטערט ער צו רעדן עפענטליך, אדער זיך צוזאמענטרעפן געמיינשאפטליך. דאס ווערט פארעכטן אלס א כראנישע פאביע קרענק, ווייל אין יעדער סאציעלער צושטאנד איז ער איבערמאסיק זעלבסט-באוווסט (ד.ה. ער טראכט פון זיך איבער די נארמאלע מאס).
אָפט-מאל פילן זיי אז מענטשן באטראכטן זיי ווירקליך מיט זיבן אויגן, און דערפאר פילן זיי זיך זייער נידעריג און באזארגט מיט וואס זיי טוהען נעבן מענטשן. זייער שרעק קען זיין אזוי הארב, אז עס קען זיי ווירקליך באשעדיגן זייער ארבייטן פאר פרנסה, גיין אין שולע, און זייער אלגעמיינער סאציעלער לעבן אין פארשידענע אקטיוויטעטן.
דער אונטערשייד פון סאציעלע אנגסט צו סתם שעמעוודיקייט איז מיט דעם וואס דער סאציעל-פארכטער ווערט געשעדיקט פונקציאנאליש מיט דעם וואס ער איז צוריק-געהאלטן פון זיין אקטיוו אין וועלכער סאציעלער צושטאנד.
די מאס פון די פאביע איז נישט גלייך ביי יעדן, עס איז דא אן אונטערשייד צווישן מענטשן אין ווי אָפט זיי מאכן דאס מיט, און אין וועלכע סארט צושטאנד. צום ביישפיל קען א גרויסער זינגער אדער אקטיאר פון איין זייט שטיין אויף די בינע און שפילן פאר א גרויסער עולם, און פון צווייטן זייט ליידן פון סאציעלע פאביע אין סיי וואסארא סאציעלער צושטאנד.