תולדות אהרן
פֿון װיקיפּעדיע
תולדות אהרן איז א חסידות וואס איז געגרינדעט געווארן אלס אן אפטיילונג פון די חסידות "שומרי אמונים" חבורה פון עובדים דורך ר' אהרנ'ס חסידים.
איר רבי און גרינדער איז געווען ר' אברהם יצחק קאהן זצ"ל.
זיין ממלא מקום איז בהסכמת רוב הציבור געווארן דער יונגערער זון הגה"צ ר' דוד קאהן שליט"א
דער עלטערער זון ר' שמואל יעקב קאהן שליט"א האט געפענט פאר זיך א חסידות מיטן נאמען תולדות אברהם יצחק נאכדעם וואס טייל חסידים האבן נישט געוואלט האבן א וויזניץ חסיד אלץ רבי.
תולדות אהרן איז געווען באקאנט אלס זייער פרום רעליגיעז און אויסגעשפראכן קעגן סיי וואסארא מאדערנקייט.
ווערענדיג געגרינדעט מלכתחילה אלס א חבורה נישט א חסידות האבן זיי שווערע תקנות וואס פאסט פאר בני עליה, וואס איז זייער שטרענג, מען מעג נאר וואונען אין געוויסע פלעצער אין מאה שערים און אין בית שמש. מען מעג נאר גיין מיטן ירושלימ'ער לבוש. און מען מוז דאווענען מיט קולות וברקים און זיך שאקעלען זייער שטארק. א.א.וו.