בלוט
פֿון װיקיפּעדיע
דאס רויטע בלוט צירקולאציע אינעם גוף פונעם מענטש איז שרעקעדיג און טרויעריג ווען מען דערזעהט איר אבער אינעווייניג באהאלטן פונעם אויג טוט זי דאס פרייליכעסטע אויפגאבע פונעם קערפער, עס דינט ווי די טראנספארטאציע מיטל ארום צו פירן די לעבנסוויכטיגע באשטאנדטיילן, ווי אקסיזשען און גלוקאוז און אזוי ווייטער, פונעם קאפ ביזן נאגל פונעם פיס, געטריי און פלינק קומט זי אן צום קלענסטען באהאלטענסטן איבר, און גיבט זיי אלע חיות מיט נשמה דורך דעליווערן די אקסיזשען וואס מאכט איר די קאליר רויט.
געטריבן אין די אדערן, דורך דעם געטרייען אימערמידלעכן פּאָמפּ דער הארץ, שטראמט זי אן א אויפהער נאכאנאנד ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.
אויכט טראגט זי אוועק די מיסט און אפפאל, ווען זי ווערט בלוי, די קארבן דייאקסייד פון אלע גלידער ארויס צו די לופט.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] וויאזוי נעמט עס און געבט דאס?
וויאזוי עס נעמט אקסיזשען, הארמאנען, און ווייטעמינען פון די לונגן, נירן, לעיבער, מוח, קושקע, און די אנדערע סטאנציעס, און עס גיבט דאס ארויס דערליווערינדיג דאס צו אירע פנוקטליכע אדרעסן?
[בעאַרבעטן] צייט דורכשניט פון רייזע
די בלוט צירקולירט דעם גאנצען קערפער דורכאויס צוויי מינוט.
[בעאַרבעטן] בלוט צעלן
עס באשטייט פון 2 מינע צעלן רויטע און ווייסע וואס זענען בעיקר צו קעמפן אינפעקציעס און באקטיריע.
[בעאַרבעטן] פראדאקציע
די צעלן ווערן פראדוצירט אינעם מארך ביין.
[בעאַרבעטן] בלוט קלאטינג
שטעלט אייך פאר די הויזן איז אייך צוריסן געווארן און עס נייט זיך צוריק צו פון זיך אליינס.... אדער שטעלט אייך פאר אז איר האט נישט קיין בלאד קלאטינג און מכאפט א שניט אויף די הויט, און דאס בלוט רינט און רינט ביז ביז עס ענדיגט זיך די בלוט רח"ל.