דעמאגראפיע
פֿון װיקיפּעדיע
דעמאגראפיע איז דער וויסנשאפט וואס באהאנדלט איבער די באפעלקערונג פון דעם ערד פלאנעט אדער פון געוויסע פעלקער, איר וואוקס אין היסטאריע און אין איר צוקונפט.
[בעאַרבעטן] היסטאריע
ביים ענדע פון די 19טע י"ה ווען די טעכנאלאגיע האט זיך זייער אנטוויקלט האבן זיך די מענטשן געמערט זייער דראסטיש. צ.ב.ש. אין יאר 1800 האבן געלעבט אין אייראפע ארום 180 מיליאן מענטשן, און אין יאר 1900 האט די צאל געשטייגט צו 400 מיליאן. די סיבה דערוועגן איז אלס די אנטוויקלונג פון די טעכנאלאגיע וואס האט באזארגט מער עסנווארג פאר די מענטשן אלס די לייכטע טראנספארט, און אויך האט זיך די מעדיצין זייער אנטוויקלט, און עס איז פארמיידנט געווארן פילע שווערע קראנקהייטן.
אויך האבן זיך פילע מענטשן אריבער געצויגן פון די דערפער צו די גרויסע שטעט, אלס דעם וואס דער עיקר ארבייט איז אריבער פון די פארמערס צו גרויסע פאבריקן אין די שטעט.
אלס די גרויסע איינגעניש וואס איז געווארן אין אייראפע, האבן זיך מאסעס מענטשן אריבערגעצויגן צו פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ארגענטינע, קאנאדע בראזיל און נאך מיטן צוועק צו טרעפן ארבייט אין די געקומענע לענדער. אויך די יידן איבערהויפט די ארימעלייט האבן זיך אריבערגעצויגן צו די דערמאנטע לענדער און א קליין טייל אויך צו ארץ ישראל (זעט די ערשטע אימיגראציע).