ספירת העומר
פֿון װיקיפּעדיע
היינט איז 15 טאג, וואס דאס איז, 2 וואכן און 1 טאג צום עומר. ספירת העומר איז די מצוה פון ציילן די טעג פון די עומר. עומר איז טייטש א בינטל. דאס הייבט זיך אן פון די צווייטע טאג פסח, ביז שבועות.
- ווען די בית המקדש איז געשטאנען האט מען געברענגט א קרבן מנחת העומר די צווייטע טאג פסח, פון ווען מען האט געברענגט די קרבן, האט מען געציילט 49 טעג, די פיפציגסטע טאג איז געווען שבועות און מען האט געברענגט די שתי הלחם. שִׁבְעָה שָׁבֻעֹת, תִּסְפָּר-לָךְ: מֵהָחֵל חֶרְמֵשׁ, בַּקָּמָה, תָּחֵל לִסְפֹּר, שִׁבְעָה שָׁבֻעוֹת. וְעָשִׂיתָ חַג שָׁבֻעוֹת, לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ דברים ט"ז
דער טעם איז צווייפאכיג
- איינפאך צו דאנקן און לויבן אויף דעם עומר, ווייל דאס ווייזט אז מען האט שוין וואס צו שניידן, און
- צו גרייטן מיט פרייד און ציילן די טעג וואס איז שוין אריבער ביז שבועות וואס איז דער יו"ט פון מתן תורה.
[בעאַרבעטן] מנהגים דורך אויס די ספירה טעג
- פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון רבי עקיבא זענען געשטארבן דורכאויס די 49 טעג, דערפאר זענען דא געוויסע מנהגים פון טרויער דורכאויס די טעג.
- מען פירט זיך נישט הערן קיין מוזיק.
- מען פירט זיך נישט טאן זאכן וואס פאדערן מאכן א ברכה שהחיינו ווי למשל אנטאן נייע קליידער.
- מען פירט זיך נישט אפשערן די האר.