שבועות
פֿון װיקיפּעדיע
שבֿועות (אַרויסגערעדט: שוויעס) נאָמען פֿון אײנעם פֿון די „שלש רגלים“, פֿון דרײַ ייִדישע ימים–טובֿים: פסח, שבֿועות, סוכות. דער יום–טובֿ איז דעם 6טן אין סיון (דאָס איז אין ארץ–ישׂראל, אין חוץ לארץ איז דער יום–טובֿ אויך צומאָרגנס, דעם 7טן טאָג אין סיון).
דער נאָמען „חג שבֿועות“ איז פֿאַראַן אין חומש (דבֿרים ט”ז) און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די „וואָכנס“, ווײַל ווי דער חומש שטײט אין ויקרא כ”ג דאַרף מען אָפצײלן 7 וואָכן (49 טעג) פֿון 1טן טאָג עומר „ממחרת השבת“ (פֿון צומאָרגנס פֿון שבת), און דער 50טער טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות. אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט „ממחרת השבת“. נאָר די ייִדישע טראַדיציע דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון „צומאָרגנס פֿון שבת“, פֿון זונטיק, נאָר מען מײנט פֿון „צומאָרגנס פֿון פסח“ (מסכת מנחות ס”ה). דאָס איז אײנער פֿון די הויפט–פונקטן, אין וועלכן די פרושים, די טראַדיציאַנעלע ייִדן, וואָס האָלטן פֿון תורה שבעל פה, אונטערשײדן זיך פֿון אַנדערע ייִדישע סעקטעס, ווי צדוקים, שומרונים, קאַראַיִמער, וועלכע האַלטן, אַז ממחרת השבת מײנט מען פֿון זונטיק, און דעריבער פֿאַלט בײַ זײ שבֿועות שטענדיק אויס אין זונטיק (דערפֿון איז אויך בײַ די קריסטן דער „פֿינגסטן“ אין זונטיק). און חומש הײסט דער יום–טובֿ אויך „חג הקציר“ (מסכת שמות כ”ג), דאָס הײסט דער יום–טובֿ פֿון שנײַדן תבֿואה, יום הבּיכּורים (במדבר כ”ה), דאָס הײסט דער טאָג פֿון דער ערשטער–צײַטיקער תבואה. אין דער משנה און גמרא הײסט ער אויך „עצרת“, און כּדי אים אונטערצושײדן פֿון שמיני עצרת ווערט ער טײל מאָל אָנגערופֿן „עצרת של פסח“.
אין בית המקדש איז דער יום–טובֿ געפֿײַערט געוואָרן מיט אָנהײבן ברענגן ביכּורים און אויך מיט ברענגן אַחוץ די יום–טובֿ קרבנות אויך צװײ ברויט פֿון נײַער תבֿואה (שתי הלחם).
אין דאַווענען ווערט ער אויך אָנגערופֿן „זמן מתן תורתנו“, ווײַל לויט דער ייִדישער טראַדיציע (מסכת שבת פ”ו) איז אין ערשטער טאָג שבֿועות געגעבן געוואָרן צו ייִדן די תורה אויפֿן הר סיני. מע לײענט דעריבער די תורה פֿון חומש שמות די פרשה פֿון קבלת התורה און עשרת הדברות. עס איז אויך אַ מנהג צו זאָגן אקדמות און מגילת רות. ווײַל לויט אַ טראַדיציע איז דוד המלך געשטאָרבן אום שבֿועות, און זײַן יחוס ווערט דערצײלט אין רות. די נאַכט צום ערשטן טאָג שבֿועות איז מען נוהג אויף צו זײַן און צו זאָגן תיקון ליל שבועות, קיצור פֿון תנ"ך, משנה, גמרא, און זוהר.
ייִדישע צײַטן און ימים טובים |
שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת | חנוכה | עשרה בטבת ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | ל"ג בעומר |