פנימי
פֿון װיקיפּעדיע
ביטע לייגן אינטערשפראך לינקן (פֿארבינדונגען), קודם צו דער הויפט וויקיפעדיע (דער ענגלישער וויקיפעדיע) און\ אדער דערנאך צו דער העברעישער וויקיפעדיע
חדשות פנימי וועט דינען ווי די אינערליכע אידישע וויקיפעדיע צייטונג אפדעיטעט טעגליך. אויב האט איר א בעסערן נאמען רופט אייך אן.
[בעאַרבעטן] נייעס איבער וויקיפעדיע
- הויפט סטוארט דעני וואהל רעזעגנירט פון זיין הנהלה אלס ארבייטער אין וויקימעדיע פאונדאוציע. ערקלערט אז ער וועט לויפן אלס בארד טראסטי אין יוני און דעמאלטס וועט ער ערקלערן די סיבה פון זיין רעזעגנאציע און וואס מען דארף טוישן אינעם פאונדאוציע. (וויקימעדיע מעילינג ליסט)
- אנשטאט איז געווארן אויפגענומען דער סטוארט באנוצער:bastique אלס פולטיים וויקימעדיע פאונדאוציע ארבייטער צו ארגאניזירן וואלענטורען ארבייט פון אלע וויקיפעדיעס. (וויקיפעדיע סינגפאוסט)
- ענגלישער וויקיפעדיע קהילה צווינגט ארויס וועטעראן עדיטער און פלייסיגער סיסאפ צו רעטייערן, נאכדעם וואס זיין היסטאריע ווייזט אז ער האט זיך באנוצעט מיט פאלטשע רימערייען אז ער האט א פי.עיטש.די צו געווינען קאנסענסוס אין א עדיט מלחמה. (ניו יארק טיימס)
- שרייבער פון סלעיט מאגאזין באוויינט אין א לענגערען ארטיקל אין וואשינגטאן פאוסט,די אויסמעקונג פון איר ביאגראפיע אלס נישט גענוג באקאנט צו פארבלייבן אין ענגלישער וויקיפעדיע, לויטן וויקיפעדיע:מפורסם פאליסי פועלט דערנאך אויס אפצושרייען די גזירה און פארבלייבט יא אלס באקאנטער פערזאהן וואס פארדינט אוטאוביאגראפיע אין אן אנציקלאפעדיע ווי וויקיפעדיע. (ען.אר.זשי.)
- סיטיזאנדיאום דער פרייער אנציקלאפעדיע קאנקורענץ צו וויקיפעדיע, דערפענט פארן פובליק, מיט 2 תנאים וואס גייט זיין אנדערשט ווי וויקיפעדיע; עס ווערט נישט דערלאזט קיין אנאניאמע עדיטס. און עס וועט נישט הערשן אייניגקייט נאר עס ווערט געגעבן גרעסערע פירערשאפט ראלעס פאר עקספערטס און פרפעשאנאלס וואס וועלן געוועלטיגן אויפן פשוטן המון. (יו. עס. עי. טודעי)
- לערי סאנגער, גרינדער פון סטיזענטום, ציעט צוריק פון זיין אייגן פאליסי וואס ער האט זעלבסט געמאכט פארן וויקיפעדיע ווען ער האט דערין געארבייט אלס אנפירער, פון איגנארירן און עס איז נישטא קיין געזעצען. ער טענהט אז די אנארכיע וואס הערשט אין טרייבט וויקיפעדיע, פארטרייבט די סארט גוטע טאלאנטען פון וויקיפעדיע און זיין קאנקורענס וועט דאס איינצוימען און יא ציען די פראפעסיאנאלען און טאלאנטען. (די מארקער)
- כינע: איבער פינעף און פערציג טויזענט איינגעשריבענע באנוצער, פייפען זיך אריין אינעם אפשפארונג פון וויקיפעדיע דורך די רעגירונג וואס געפעלט נישט פרייהייט פון ווארט, - דורך טעכנישע טריקס באארבייטן זיי ווייטער דעם וויקפעדיע מיט מסירת נפש. (ווערד צום ליינען און זיך אפלערנען)
- וויקיפעדיע סטרוקטאר איז אזוי אויסגעשטעלט אז יעדער איינער קען דורכפאלן מיט וואנדאליזם, אט ליינט ווי דער סאמער גרעסטער וויקעפיד, זשימי וועילס, דער פרעזידענט און גרינדער פון וויקיפעדיע ווערט געכאפט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, מיט וואנדאליזם. (ווייערד מאגאזין)
- נייע סאפטוועיר ערצייגט, וואס ערמעגליכט ארויפלייגן און ליינען וויקיפעדיע אויף אייער אייפאד! (דאונלאוד ענציקלאפאפדיע)
- פייערפאקס הויפט ערלקערט: פארוואס וויקיפעדיע, איז דער נעקסטער גרעסטער זאך אויף די וועלט? (זי.די.נעט)
- פרעזידענט און גרינדער פון וויקיפעדיע, זשימי וועילס, פארשפרעכט, נישט נאכטאן גוגל לגבי כינע'ס פארלאנג. "וויקיפעדיע וועט זיך קיינמאל נישט אינטערגעבן צו צענזור"! (סי.נעט)
- אינטערנעט: א נייעם מין אפענעם וועג פון ביזנעס ווערט פראקטיצירט, קאמפאניס געבן אוועק זייערע סודות און ערפינדוגען בחינם, וויאזוי מאכן זיי געלט? דער פרעסטיזשפולער מאגאזין "די עקאנעמיסט" באהאנדעלט דעם טרענד: "אָפּען סאָרס", אינספארירט פון "וויקיפעדיע" פּאַפּולעריטעט. אויך: וויאזוי דער הויפט שותף פון זשימי וועילס און גרינדער פון וויקיפעדיע איז געווארן איר גרעסטער קריטיקירער און שונא נומער 1 צוליב אונזער אנטי-צענזור פאליסי! (עקאנימיסט)
- נייער ערצייגונג: ליינט און ענדערט וויקיפעדיע אויף אייער סעלפאון. (מאביילמעג)
- בריטאניקע קעמפט צוריק, פרעסטיזשפולע סייענס מאגאזין "נאטור" וואס האט באריכטעט אז וויקיפעדיע איז פונקט אזוי באגלייבט ווי זייער אנציקלאפידיע. (טיימס אנליין)
- אקטיוויסטן נעמען זיך צו 'וויקיפעדיע' דורכצופירן זייערע אגענדעס. ([http://people.monstersandcritics.com/article_1149947.php/Bono_targets_Wikipedia_entries
- ביזנעסער מאכן געלט דורך וויקיפעדיע. (וועב פרא נייעס)
- וויקיפעדיע פרעזידענט זשימי וועילס ערקלערט: רוב באניצער זענען מער ליבעראל פון אלגעמיינעם אמעריקאנער איינוואונער; נייטראלקייט איז א לאנגער וועג אבער עס גרייכט יא צו א ענד-ציל. (פי.בי.עס.)
- וויקיפעדיע ווערט הויפט געצייג אין די פאליטיק פון די קומענדע וואלן אין אמעריקע; זשימי וועילס ווארענט: יעדער איינער קען פרייערהייט באארבייטען, אבער אויב עס איז נישט נייטראל וועט מען יענעם אויפדעקן און באשמוצען. (טיימס)
- גרינדער פון וויקיפעדיע, זשימי וועילס, אויסגעקליבן פון טיים מאגזין אלס איינע פון די גרעסטע 15 סייענטיסטן און דענקער וואס פארעמען אויס די היינטיגע וועלט. (טיים מאגאזין)
- גוגל איז נומער 1 און וויקיפעדיע איז נומער 2 פון די וועלט'ס בעסטע וועב סייטס אויפן אינטערנעט. (בייט לעוועל ריסוירטש)
- וויקיפידיע וועב סייט אייגעשלאפן פאר 2 און האלב שעה משך פון פרייטאג צוליב געפעכט פון אינטערנעט סערוויס פראוויידער מיט סערווער האוסטינג קאמפאני איבער איי.פי. אדרעסן. [3]
- מאכט געלט פון שרייבן אויף וויקיפעדיע: ביזנעס געפענט צו פלעיסן און באשרייבן אייער ביזנעס אויף וויקיפעדיע. [4]
- וואנדאליזם אויף וויקיפעדיע פון טעלעוויזשען בדחן: סטעפען קאלבארט אפגעשטעלט. [5]
- כינע: קאמוניסטישער רעגירונג בלאקריט אינטערנעט צוטריט צו וויקיפעדיע. [6]
- חרדישער אינטערנעט געזעלשאפט, זשעי.נעט בלאקירט וויקיפעדיע. לויט איר אנפירער ר' זעליג ראזענטאל איז אזעלכע אינפארמאציע אויף וויקיפעדיע פארנאגראפיע. [http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2017542
(אנטווארט פון זשעי.נעט, דאס איז געווען א טעכנישער טעות פון א פראגרעם.)
- שלום בערגער אין לענגערן אפהאנדעלונג פארן פארווארד, וואס איז דער צווישענשייד, מעלות און חסרונות, צווישען די 3 הויפט וויקיפעדיעס וואס אידן קענען ליינען און שרייבן;
- דער ענגלישער וויקיפעדיע האט ווינציג אינפארמאציע איבער יידיש אבער צופיל אומוויכטיגע אינפארמאציע פון די וועלט וואס קיין איין איד וועט קיינמאל נישט דארפן וויסן;
- דער היברו וויקיפעדיע האט צופיל אינפארמאציע איבער איזראעלי קאלטור און צו ווינציג איבער די רוב אידישע אינטערעסע פונעם גלות אידס לעבן און לעבנסשטייגער. ווי למשל איר וועט נישט טרעפן קיין רעצעפט דארטן אויף קוגל וואס איז א אידישער יסוד ביי די גלות אידן.
- דער אידישער וויקיפעדיע האט צופיל חסידישע אינפארמאציע, ווי למשל דאס מערסטע בארבייטער ארטיקל איז ר' אהרן טייטלבוים, אבער צו ווינציג וועלטליכע קאלטור וויסענשאפט. ווי למשל די ארטיקל האומאוסעקסואל איז פון אלעם ערשט, לויט זיי, נישט קיין אידישער קאנצעפט.
- ער ענדיגט צו דעם באלערנדען ארטיקל מיט א רוף פון הלל: גייט און עדיט, ווייל וויקיפעדיע איז אייערס, פריי פאר יעדן צו פארעכטן און פארבעסערן. [http://zackarysholemberger.blogspot.com/2006/11/defining-wikijew-ethnoreligious.html
רשימה פון אלע דערמאנונגען פון דער אידישער וויקיפעידע אין די וועלטליכע און חרדישע מידיע
- פינאנציאלער צייטונג אין ארץ ישראל די מארקער פארציילט וויאזוי א שרייבער האט געמאכט אויף זיך זעלבסט ארטיקלן אין אלע וויקיפעדיע'ס, און איז געווארן אויסגעמעקט אחוץ אין יידישער וויקיפעדיע וואס עס בלייבט שטיין. איתמר הענדעלמאן בן כנען. [7]
- זעהט פארוואס די חרדישע מידיע זעהט אין אונזער וואוקס זייער אונטערגאנג: דאס איז א שמועס פון געמיינדע דא פאר אפאר חדשים צוריק. [8]
- יידיש וויקיפעדיע דעבאטירט אין די יידישע אינטערנעט ספערע!
- תפוז אידיש באנוצער רעגט זיך אויף די האלבעטע ליגענטס, לשון הרע, און עמי הארצות וואס ווערט דא געשריבן. (תפוז)
- חדשות אנש, (א פארמאכטע פארום) קריטיקירט די פרייהייט וואס הערשט דא! אז יעדער איינער קען ענדערן און פארעכטן. (חדשות אנש)
- היימישע קרעטשעמע, (אפען ערקלערטע נישט ניכטערע פארום) קענען נישט אויפכאפן קלאר וויאזוי מען באנוצט זיך דערמיט, און וואס מיר ווילן מיט די גאנצע וויקיפעדיע... (קרעטשמע)
- שלום בערגער קריטיקירט וויקיפעדיע אז די שרייבער קוקען נישט אריין אין קיין ביכער בעפארן שרייבן. (שלום בערגער)
- מזל טוב: שלום בערגער, דער אידישיסט, בלאגער און דאקטאר באטייליגט זיינע קענטעניסן און טאלאנט צום הארץ אטאקע ארטיקל פון אידישען וויקיפעדיע.
- אידישער וויקיפעדיע ווערט דער איינציגסטער יידישער טאג-צייטונג, דאס מערסטע געליינט דורך חסידים וואס קענען זיך אויס מיטן אינטערנעט. (ניו וואוסעס)
- דער אידישיסט שלום בערגער שרייבט א באריכט איבערן אידישען וויקיפעדיע פארן פארווערטס. רעדט זיך אפ אז דאס איז א חרדי-פעדיע ווי די גאנצע אידישע שפראך וואס בלויז חרדים רעדן, און אז מיר האבן בלויז דא נישט מער ווי הונדערט באזוכער איבערן משך פון א חודש. [9]
- וויקיפעדיע סיסטעם דעמאקראטיע ביי די ארבייט: וועטעראן וויקיפעדיע באנוצער; יודל; באקאנט אלס אבישי ווערט אויפגעזאגט פון מנהלות, (וואס ער האט סייוויסיי קיינמאל גענוצט), טראץ זיינע פילע ביישטייערונגען צום אויפלעב פון אידישער וויקיפעדיע, נאך וואלן אים צו פארשפארן; ווייל ער רודף'ט צופיל די קאמיונעטי און פארטרייבט באנוצער פון שרייבן אויפן אידישען וויקיפעדיע. [10]; יודל פארשפרעכט אויפציווייזן זיין ארגומענט פארן סטוארט באנוצער:danny, וואס ער האט אים געמאכט אויס מנהל, אז די וויילערס זיינען אפאר סאקפאפעטס וואס ברעכן וויקיפעדיע:פאליסיס און זיי ווילן פטור ווערן פון איר יודל... [11]
- וועטעראן וויקיפעדיע באנוצער יודל נאכאמאל ארויסבאלקירט דורך באנוצער:רוני, דאסמאל אויף פיר טאג צוליב אנמאכן שנאה. [12]
- דער אידישיסט בלאגער ר' שלום בערגער איז פויל צו ענדערן אבער האט טענות אויפן אידישען וויקיפעדיע פארוואס מען מעלדט די נייעס אבער ר' זשאו ליבערמאן נייע שטארקע פאליטישער כוח זייענדיג א זעלבסטשטענדיגער ערוויילטער סאנטור אין א כמעט אייניג צעטיילטער סענאט צווישן 50 לינקע און 49 רעכטע פארטייאישע פאליטיקער. אויך האט ער טענות פארוואס מען שרייבט די תורה טערמין פון תועבה, אויף די געיז שטאלץ פאראדע. [13]
- אינטערנעטס אידישע פארטאל וויינעט; וואס דינט פאר די גרעסטע אידישע טאג-צייטונג ידיעות אחרונות אלס זייער וועב סייט באשרייבט דעם אידישן וויקיפעדיע אלס דער חשובסטער וועב סייט פאר טראדיציאנאלע אידן, איבערהויפט די נייעס און אקטועלע אפדעיטס פון הויפט זייט וואס דעקט אלעס אויף די וועלט איבערהויפט אידישקייט אינטערעסע. דערנאך רעכענן זיי אויס נאך פארשידענע אינטערסאנטע וועב סייטס. [14]
- אהרונישער פארמאכטער הייד פארק שמועס גרופע כל העולם כולו איז ווילד ברוגז איבער די אידישע וויקיפעדיע פראיעקט צוליב די נייעס וואס איז לויט זיי מער זאלי געשטימט; און זיי מאכן גילוי אויפצודעקן די פריוואטקייט אידענטיטעט פון ווער עס שרייבט דא, די הויפט טענות וואס זיי שרייבן ארויס אפען, איז ווי פאלגענד:
- מיר זענען פיל מיט ניבול פה;
- מען זאל נישט געבן קיין שום אטענשאן פארן אידישער וויקיפעדיע ווייל קיינער שרייבט נישט און ליינט נישט דארטן, בלויז איין איינציגער באנוצער מיט נאמען באנוצער:אבישי;
- מיר זענען איין גרויסער זאלי;
- מיר זענען גייסטיש קראנק;
- קיינעם אינטערעסירט נישט די אידישע וויקיפעדיע עס איז איינפאך אויסגעשפילט און דער פותח האשכול וויל אביסל פובליסיטי וואס ער איז מסתמה באנוצער:אבישי;
- - לויט איינעם האבן מיר דא רעגלמעסיג א באנוצער וואס איז גאר א גרויסער זשורנאליסט פון די אידישע צייטונגען (נעמען אויסגעמעקט אין רויט). [15]
ליינט אביסל איבער דעם באנוצער וואס איז גורם זייער האס אויף אונזער אידישער וויקיפעדיע: באנוצער:יודל און וואס די פערספעקטיוו פון א הייד פארק באנוצער איז קעגן אים: אויפרעגעניש פון הייד פארק באנוצער צו אבישי
- ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ:אידישער וויקיפעדיע גרייכט 500 איינגעשריבענע באנוצער. [16]
- מזל טוב!: אידישער וויקיפעדיע גרייכט שוין איבער 3000 ארטיקלן. (קוקט אין די זייט)
- ארונישע הייד פארק פארום כל העולם כולו צייכנט אן דער וויקעפעדיע אידישע גבירים ליסטע אלץ א ליסטע וואס: מען קען זיך הארגענן פאר געלעכטער... און אז דזשעי נעט זאל דאס בלאקירן... (כל העולם כולו)
- אידישער וויקיפעדיע ליסטע פון אידישע גבירים פון קאטעגאריע:אידישע געשעפטסלייט, באשפעטיגט ארץ ישראל שנארערס אין חרדישען שמועס פארום בחדרי חרדים. (בח"ח)