דעמאקראטיע
פֿון װיקיפּעדיע
רעגירונג מעטאדן |
אנרכיה |
דעמאקראטיע איז אַ גריכיש ווארט וואס מיינט דעם פֿאָלקס מאַכט. אין די פאליטיק איז דאס א פאליטישע גאנג, איר געדאנק איז צו ערלויבן יעדן בירגער א טייל נעמען אין דעם פירונג פון זיין רעגירונג.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] די יסודות פון דעמאקראטיע ביי א רעגירונג
- בירגער אנטיילונג - לאזן די בירגער אויסקלייבן די פירערס פון דער רעגירונג דורך וואלן, און אנטייל נעמען אין די באשלוסן פון די רעגירונג דורך נאציאנאלע אדער לאקאלע רעפערענדומס.
- אויטאריטעט צעטיילונג - צעטיילן די רעגירונגס-מאכט אין עטליכע צווייגן כדי איר באגרעניצן צו די דעמאקראטישע אינטערעסן און איינבייגן די רעגירונג צו די געזעצן פון דער געריכט גלייך ווי יעדער בירגער. דער געווענליכע צעטיילונג איז אויף עקזעקוטיווע, יורידישע, און לעגיסלאטיווע צווייגן.
- ליבעראליזם - לאזן דער בירגער וואקסן און זיך אנטוויקלען עקאנאמיש. (ליבעראל אין לעבנסשטייגער אלס נאטורליכע רעכטונגען - ערלויבן פאר די בירגער פולע פרייהייט אומווענדן זייער פאליטישע, רעליגיעזע, ראסיסטישע, אדער סעקסואליסטישע נייגונגען. אין דעם איז אריינגערעכנט מענטשן-רעכט, פרייהייט פון רעליגיע, ערלויבעניש צו רעדן אדער ארויסגעבן א מיינונג.)
- סאציאל דעמאקראטיע - א סאציאליסטישע מעטאד צו העלפן די שוואכע מענטשן צו זיך אנטוויקלען.
- גלייכרעכטיגייט - נישט דיסקרימינירן צווישן פארשידענע סארטן מענטשן.
- פלארעליזם - געבן פרייהייט פאר יעדן בירגער צו האלטן אייגענע מיינונגען, און לאזן די בירגער זיך צונויפנעמען מיט אייגענע מיינונגען.
[בעאַרבעטן] נאטורליכע רעכטונגען און סאציאלאגישע רעכטונגען
איינע פון די הויפט יסודות אין דעמאקראטיע איז געבן "נאטורליכע רעכטונגען" פאר יעדער מענטש, ווי: רעכט צו לעבן, רעכט צו פרייהייט (פרייהייט: האבן אייגענע מיינונגען, זיין רעליגיע אדער סעקולערע, ארבייטן, זיך וואנדן אומעטום אין לאנד אדער אין אויסלאנד אד"ג), רעכט צו פארמאגן פארמאג, רעכט צו זיין גלייכרעכטיק, רעכט צו האבן רעספעקט, רעכט צו האבן פריוואטקייט, רעכט צו האבן א גוטער נאמען בקיצור, רעכט צו זיין א "מענטש".
דעמאקראטיע האט אויך א געשטעל צו געבן "סאציאלאגישע רעכטונגען" ווי געזונטהייט, א פלאץ צו וווינען, שטיצן ארבייטלאסיקע, עלטערערע מענטשן, אלמנות אא"וו. די יסודות זיינען נישט אייניק ביי אלע רעגירונגען, די ליבעראליסטישע געדאנק זאגט אז די רעגירונג דארף היטן די פרייהייט פון יעדן מענטש און ווי ווייניגער זיך מישן צו העלפן סאציאלאגיש אויפן חשבון פון פאדערן שטייער פון דער אלגעמיינער בירגער. אבער די סאציאל דעמאקראטישע געדאנק האלטן אז סאציאלאגישע רעכטונגען איז אזוי ווי נאטורליכע רעכטונגען, און די מדינה דארף שנארן פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכערע מענטשן.
א ליבעראלישע רעגירונג (ווי אמעריקע) וועט פאדערן ווייניגער שטייער פון די בירגער און ווייניגער העלפן די שוואכע (זיי וועלן העלפן בעיקר צו נאטורליכע רעכטונגען און נישט צו סאציאלאגישע רעכטונגען), און א סאציאל דעמאקראטישע רעגירונג (ווי מדינת ישראל) וועלן פאדערן הויכע שטייער פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכע.
[בעאַרבעטן] פאלקס רעכטונגען
אזעלכע גרופעס וואס האבן אן אייגענעם שניט און נאציאנאליזם, ווי רעליגיע א.ד.ג. פאדערן זייערע רעכטונגען פון די רעגירונג צו היטן זייער מסורת, אויך לגבי דעם דיסקוטירן זיך די ליבעראלישע צוגאנג מיט די אלגעמיינע דעמאקראטישע צוגאנג. לויט די ליבעראלישע צוגאנג (ווי אין אמעריקע) דארף נישט די רעגירונג שטיצן די קליינע פעלקער/גרופעס אין זייער מדינה. און לויט די אנדערע צוגאנג (ווי אין מדינת ישראל), דארף די רעגירונג זארגן פאר די קליינע גרופעס. ווי צ.ב.ש. לאזט די מדינה א זעלבסטשטענדיגע חינוך, און צומאלן אויך א זעלבסטשטענדיגע הערששאפט פאר די גרופע אין א געאגראפישע טעריטאריע.
- זעט אויך ליבעראליזם, סאציאל דעמאקראטיע.
[בעאַרבעטן] אנדערע סארטן רעגירונג הערשאפט זיינען
- אוטוקראטיע - די הערשאפט ווערט געפירט דורך א יחיד אדער עטליכע יחידים, און עס איז נישט דא קיין שום פרייהייט פאר די אלגעמיינע בירגער אנטייל צו נעמען אין די באשלוסן פון דער רעגירונג. ביישפילן זענען קאמוניסטישע, פאשיסטישע, און דיקטאטרישע רעגירונגען.
- מאנארכיע - א הערשאפט וואס ווערט געפירט דורך א קעניגליכן פאמיליע, געקליבן דורך שטאמבוים. א קאנסטיטוציענאלע מאנארכיע קען זיך אויך פירן ווי א דעמאקראטיע.
- טעאקראטיע - א רעליגיע הערשאפט וואס ווערט געפירט דורך די רעליגיעזע און גייסטלעכע פירער, ווי צ.ב.ש. איראן, און די טאליבאנער אין אפגאניסטאן.
[בעאַרבעטן] דעמאקראטיע אין די תורה
ווען משה רבינו האט פארגעלייגט די תורה-געזעצן פאר די יידן, האט ער פריער גענומען זייער הסכמה דערפון, אזוי ווי עס שטייט (שמות כ"ד ג'): וַיָּבֹא מֹשֶׁה, וַיְסַפֵּר לָעָם אֵת כָּל-דִּבְרֵי יְהוָה, וְאֵת, כָּל-הַמִּשְׁפָּטִים; וַיַּעַן כָּל-הָעָם קוֹל אֶחָד, וַיֹּאמְרוּ, כָּל-הַדְּבָרִים אֲשֶׁר-דִּבֶּר יְהוָה, נַעֲשֶׂה... וְנִשְׁמָע.