צדקיהו
פֿון װיקיפּעדיע
ביטע לייגן אינטערשפראך לינקן (פֿארבינדונגען), קודם צו דער הויפט וויקיפעדיע (דער ענגלישער וויקיפעדיע) און\ אדער דערנאך צו דער העברעישער וויקיפעדיע
צדקיהו א פעטער פון יהויכין און א זון פון זיין מאמע "חֲמוּטַל בַּת-יִרְמְיָהוּ" איז געווען דער 20סטער און לעצטער קעניג אויף מלכות יהודה אין פארלויף פון 11 יאר אין ירושלים, ער איז געווארן קעניג אין יאר ג'קס"ד. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געווען 21 יאר אלט.
לויט ספר מלכים איז ער געווען שלעכט און געזינדיגט פאר גאט פונקט ווי יהויקים.
ער איז באקרוינט געווארן אלץ קעניג דורך דער קעניג פון בבל. פאר ווען ער איז געווארן קעניג האט ער געהייסן מתניהו אבער דער קעניג פון בבל האט אים געטוישט זיין נאמען צו צדקיהו.
אין יאר ג'קע"א האט צדקיהו מורד געווען קעגן נבוכדנאצר דער קעניג פון בבל, נבוכדנאצר באלאגערט ירושלים, און אין יאר ג'קע"ג האט ער פארוואנדערט כמעט אלע יידן פון מלכות יהודה און פארברענט דער בית המקדש (נאך וואס ס'איז געשטאנען 700 יאר). נבוכדנאצר האט געפסקנט (און אויסגעפירט) מען זאל הרגענען צדקיהו'ס קינדער קעגן די אויגן פון צדקיהו און דערנאך אויסאקן צדקיהו'ס אויגן און אים בריינגען קיין בבל.
- עשרה בטבת - די בבלים באלאגערן ירושלים וַתָּבֹא הָעִיר, בַּמָּצוֹר.
- שבעה עשר בתמוז - די בבלים רייסן אויף די מויער וַתִּבָּקַע הָעִיר
- תשעה באב - נבוזראדן (דער קנעכט פון נבוכדנאצר) פארברענט דער בית המקדש וַיִּשְׂרֹף אֶת-בֵּית-יְהוָה.
- ג' תשרי (צום גדליהו) - ישמעאל בן נתניה הרגעט גדליהו וַיַּכּוּ אֶת-גְּדַלְיָהוּ, וַיָּמֹת.
נאך וואס די בבלים האבן געהרגעט צדקיהו האט נבוכדנאצר באשטימט גדליהו זאל זיין דער פירער פון די יידן וואס זיינען געבליבן אין יהודה.
די יארן פון די מלכות יהודהס ארויפגאנג | |||||||||
רחבעם | אבים | אסא | יהושפט | יהורם | אחזיהו | עתליה | יהואש | אמציה | עוזיהו |
928 | 911 | 908 | 867 | 846 | 843 | 842 | 836 | 798 | 769 |
יותם | אחז | חזקיהו | מנשה | אמון | יאשיהו | יהואחז | יהויקים | יהויכין | צדקיהו |
758 | 733 | 727 | 698 | 641 | 639 | 609 | 608 | 597 | 596 |