אלבערט איינשטיין
פֿון װיקיפּעדיע
אלבערט איינשטיין (ה' אדר ב' ה'תרל"ח - כ"ו ניסן ה'תשט"ו ; 1879 - 1955) איז געווען א אידישער פיזיקער און מאטעמאטיקער וואס איז מערסט באקאנט פאר זיין ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט. אין יאר ה'תרפ"א ; 1921 איז ער באלוינט געווארן מיט'ן נאבעל באלוינונג פאר פיזיקס.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] ביאגראפישע נאטיצן
איינשטיין איז געבוירן אין אולם, דייטשלאנד און זיין פאמיליע האט זיך שפעטער געצויגן קיין מינכען. נאך עטליכע יאר האבן זיי זיך געצויגן קיין מילאן, איטאליע נאכדעם וואס זיין פאטער'ס באשעפטיגונג אין פראדוצירן פארשידענע עלעקטראנישע פראדוקטן האט נישט מצליח געווען. אין איטאליע האט ער אנטזאגט זיין דייטשע בירגערשאפט.
איינשטיין האט גראדואירט אין 1900 פון דער דער שווייצער פעדעראלער אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע (דער "צורישער פאליטעקניק") מיט א דיפלאמא אלץ לערער פון פיזיקס און מאטעמאטיקס.
אין 1902 האט ער באקומען א פשוט'ן סעקרעטאר פאסטן אין דער שווייצער פאטענט אפיס, און ער האט אויסגעארבעט זיינע סייענטיפישע געדאנקן אין זיין פרייער צייט. אין 1905 האט ער געלאזט דריקן דריי "פאפירן", איינס איבער "קוואנטום מעכאניקס", דאס צווייטע איבער דער "טעאריע פון רעלאטיוויטעט", און דאס דריטע איבער "סטאטיסטישע מעכאניקס". אלע דריי זענען שפעטער פאררעכנט געווארן אלץ אומגעהויער חשוב אין די נושאים פון פיזיקס און מאטעמאטיקס.
[בעאַרבעטן] צוריק אין דייטשלאנד
אין 1914 האט ער זיך צוריק געצויגן קיין דייטשלאנד, אבער נישט צוריק געבעטן קיין סטאטוס אלץ דייטשע בירגער. ער איז געווען פון דער מינאריטעט פון פראפעסארן וואס זענען געווען אנטקעגן די דייטשע קריג אינטערעסן.
זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט איז נישט גריג געווארן אנגענומען, און -- איבערהויפט אין דייטשלאנד -- האבן אנטיסעמיטישע פיזיקער געפרואווט אויפצוווייזן אז זיינע אנטדעקונגען זענען גרונטלאז. זיינע ווערק און כאראקטער זענען ווילד אטאקירט געווארן -- געטריבן דורך זיין אומפאפולערע שטעלונגען אלץ פאסיפיסט און ציוניסט. ווען ער איז באלוינט געווארן אין 1921 מיט דער נאבעל באלוינונג פאר פיזיקס איז דאס געווען פאר זיינע אנטדעקונגען אויף דער פאטא-עלעקטרישן ווירקונג.
[בעאַרבעטן] אמעריקע, דער אטאם, און פאליטישע און רעליגיעזע מיינונגען
מיט'ן אויפגאנג פון נאצישער פאשיזם אין 1933 האט ער זיך געצויגן קיין אמעריקע. אין אמעריקע האט ער אפגעווארפן זיין פאסיפיזם און געשטיצט די קריג קעגן דער דייטשן סכנה. אין 1939 האט ער געשיקט א בריוו צו פרעזידענט רוזוועלט, פארשלאגנדיג אז אמעריקע זאל פראדוצירן דעם אטאמישער באמבע איידער עס ווערט פראדוצירט דורך דייטשלאנד. רוזוועלט האט אנגענומען דעם פארשלאג און אלץ רעזולטאט אוועקגעשטעלט די אונטערנעמונג אונטער'ן נאמען "דער מאנהעטען פראיעקט" וואס האט פראדוצירט די אטאמישער באמבע אין 1945. די באמבע איז אין ענדע נישט גענוצט געווארן קעגן דייטשלאנד, נאר קעגן יאפאן, און דאס האט אין ענדע געבראכט דעם צווייטן וועלט קריג צו א סוף. נאכ'ן קריג האט אבער איינשטיין שטארק געארבעט אויף נוקלעארער אנטוואפונג, פילנדיג אז דאס וועט ברענגען מער חורבנות ווי לייזן פראבלעמען.
[בעאַרבעטן] ציוניזם
איינשטיין איז געווען א שטיצער פון דעם אלגעמיינעם ציוניסטישער אידעע, אבער ער האט געהאט אין דעם עטליכע צווייפלען. ער האט געפילט אז דער גייסט פון דער אידישער רעליגיע שטימט נישט מיט'ן אידעע פון א אידישער שטאט מיט אן ארמיי און דער געוואלד-מאכט וואס קומט מיט מיט דעם. אויך איז ער געווען אנטקעגן געוויסע פירונגען פון די ציונים כלפי דער אראבישער באפעלקערונג. טראץ דעם איז ער געווען נאנט אין פארבינדונג מיט עטליכע פון אירע פירער, און האט געהאלפן גרינדן דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים אינאיינעם מיט חיים ווייצמאן, דער ערשטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, מיט וועמען ער איז געווענט נאנט בעפריינדעט.
מען האט אים אויף פארגעשלאגן צו ווערן פרעזידענט פון דעם נייעם מדינת ישראל, אבער ער האט זיך פון דעם אנטזאגט.
[בעאַרבעטן] רעליגיע
איינשטיין האט באקומען א סעקולערע דערציאונג פון זיינע עלטערן (ער האט אפילו שטודירט צייטווייליג אין א קאטוילישער שולע). אבער לויט זיין אייגענער באשטעטיגונג האט ער געהאט שטארקע רעליגיעז-אידישע געפילן אין זיין יוגנט. שפעטער האט ער אבער איינגעזען אז דאס גלויבן אין א גאט אין דעם אור-אלטן פארשטאנד האט נישט קיין זין נאך די היינטיגע דערגרייכונגען אין פארשטיין דעם וועלט און אין כאסמאלאגיע. אנשטאט א גאט אין דעם אמאליגן זין האט ער געהאלטן אז דאס סייענטיפישער באקאנטמאכונג פון די וועלט -- וויאזוי עס פירט זיך און אירע מיליאנען פארבארגענישן -- ווייזט אויף א געוויסן געטליכקייט וואס דארף ברענגען דעם מענטש צו א טיפן באשיידנקייט דערקענענדיג זיין אנבעדויטענדער ווערט.
[בעאַרבעטן] זיין עלטער
אויף דער עלטער איז ער געווען שטארק איבערגעגעבן פאר די צוועקן פון גלייכבארעכטיגונג און נוקלעארע ענטוואפונג. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם ען.עי.עי.סי.פי. (NAACP), דער ארגאניזאציע פאראנטווארטליך פאר'ן פארשריט פון שווארצע בירגער אין אמעריקע.
ער איז געשטארבן אפריל 18, 1955 אין דער פרינצטאן האספיטאל, אין פרינצטאן, ניו דזערסי. זיין גוף האט מען פארברענט לויט זיין פערלאנג און זיין אש פערשפרייט אין אן אומבאקאנטגעמאכטן ארט.
[בעאַרבעטן] זיין מוח
נאך זיין טויט האט מען ארויסגענומען זיין מוח עס צו פערהאלטן און שטודירן, אבער אין יענע צייט האט מען גארנישט געפונען מערקבאר. אין 1999 האט מען ווידער עס שטודירט אין ליכט פון נייע אנטדעקונגען אין די ווירקן פון דעם מוח, און מען האט געפונען אז דער חלק פאראנטווארטליך פאר מאטעמאטישע חשבונות איז געווען 15% גרעסער ווי נארמאל.