אלקאהאלישע געטראנקען
פֿון װיקיפּעדיע
טרונקן אלקעהאל איז סם פארן קערפער פון מענטש. אבער א פיציקעל פארנעם איז נישט צו א גרויסע סכנה. טראגט זיך ארום א אידיעלע פארזארגט און פארדאגעט, פון ווי וועט מען דעקן די חובות, קומט אבער דער גלעזעלע משקה און צושמייכלט דאס האַרץ, עס מאכט גרינג און לעבעדיג דעם מענטש צו דאנקן און לויבן דעם בורא כל העולמים פאר די גוטס וואס מען האט אינגאנצן פארגעסן, מווערט גרינג און פלינק, יונג און פריש, דאס געזאנג און שמחה ערוועקט חיות און ענערגיע צו טאן דאס פליכט מיט פלייס און זיכערקייט.