כורש
פֿון װיקיפּעדיע
אין יאר 539 פאר'ן ציילן (ג'רכ"א) האט בבלס קעניגרייך אומגעפאלן, און כורש דער ערשטער קעניג פון פרס האט איבערגענומען גאנץ בבל און אירע פארשקלאפטע פעלקער ווען צווישן זיי איז געווען מלכות יהודה. כורש האט באפרייט א סך פארשקלאפטע פעלקער פון געצווונגענע דינעריי וואס בבל האט איינגעפירט.
אין יאר 538 פאר'ן ציילן (אומגעפער 50 יאר נאכ'ן חורבן בית ראשון) האט ער פראקלאמירט צו ערלויבן די יידן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל כדי צו בויען דער צווייטער בית המקדש, (נאך 67 יאר גלות), אויך האט ער געפאָדערט פון די יידן וואס האבן געוואלט בלייבן אין בבל, זאלן שטיצן די יידן וואס פארן צוריק קיין ארץ ישראל. אויך האט ער אומגעקערט די כלים פון דער בית המקדש וואס נבוכדנאצר האט גערויבט פון די יידן. די אומקערונג הייסט שיבת ציון.
נאך כורש'ס דעקלאראציע האבן אומגעפער 50 טויזנט אידן זיך אומגעקערט קיין ארץ ישראל.