נאבעל פרייז
פֿון װיקיפּעדיע
נאבעל פרייזן זענען אזא סארט אנערקענונג וואס ווערט פארטיילט פאר מענטשן וואס האבן באוויזן אויסגעצייכענטקייט אין ווערדפולע אקציעס און אויפגאבעס. אין די פעלדער פון פיזיקס, שלום, ליטעראטור, כעמיע, מעדעצין און עקאנאמיקס. דאס ווערט געגעבן נאך וואלן פון טויזענטע באטיליגער.
דאס איז צושטאנד געקומען און הייסט נאך אלפערד נאבל פון שוועדען נאך זיין משפחה נאמען נאבל וואס האט פראדוצירט געווער און וואפן און איז געווען גאר רייך דערפון. ביז מען האט געטראפן נאך זיין טויט אין זיין צוואה ווי ער מאכט א חשבון הנפש וויפל בלוט עס ווערט פארגאסן צוליב זיין געלט גייציגיקייט. און מען זאל געגרינדען פון זיין ירושה א ספעציעלע פרייז אויסטיילונג אלס תשובת המשקל פאר ווער עס טוט גוטס אויף די וועלט.