ספר
פֿון װיקיפּעדיע
ספר אדער להבדיל בין קודש לחול א בוך איז געשריבענע בלעטער וואס מען האט פארבונדן צוזאמען.
פארצייטנס, פאר ווען עס איז דערשינען געווארן א דרוקעריי, האט מען געשריבן אויף שטיינער, נאכער אויף מגילות. היינט קען מען ליינען ביכער מיט עלעקטרישע ביכער ווי צום ביישפיל די וויקיפעדיע ווערט פארעכנט אלס א דיגיטאלישער בוך.
היינט נאך וואס די טעכנאלאגיע איז זייער אנטוויקלט געווארן, איז די באדארפעניש פון ליינען ספרים אראפגעגיינגען, און מען שעפט וויסנשאפט און אנדערע פארוויילונג פון אנדערע מיטלען, ווי טעלעוויזיע, אינטערנעט, טעאטער אא"וו.
ביי די פרומע געמיינדע איז די נייע אויבעדערמאנטע טעכנאלאגישע מיטלונגען פארבאטן, און דערפאר די ספרים באנעמען נאך ביי זיי א חשוב'ן פלאץ אין זייער לעבן.