װיקיפעדיע
פֿון װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע איז אַ פֿילשפּראַכיקער פּראָיעקט (לעת עתה:250 שפּראַכן) צו שאַפֿן אַ גענױע און פֿולשטענדיקע ענציקלאָפּעדיע. איר נאמען איז א צאמשמעלצונג פון צוויי ווערטער; וויקי און "פּעדיע".
עס קומט און אָפֿענעם פֿרײַען פֿאָרמאַט, געבױט אױף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי (מײנענדיק שנעל און געשװינד אױף האַװײַיִש,), װאָס מאַכט דעם ענציקלאָפּעדיע װי אַ רשות הרבים װאָס יעדער אײנער קען זיך באַטײליקן, ענדערן, רעדאַקטאָרן, רעאַגירן, מעקן, און אַלײנס אָפּשרײַבן כל מיני אַרטיקלען.
[בעאַרבעטן] זעה אויך:
- אידישער וויקיפעדיע
- קרטיק אויפן וויקיפעדיע
[בעאַרבעטן] גרינדער און פירער פון וויקיפעדיע
דער גרינדער און פרעזידענט איז איינער אין סאן פראנסיסקא זשימי וועילס, דאס איז קודם צושטאנד געקומען דורך א קאמפאני וואס איז געווען אן אנציקאליפידיע, אבער נאכן איינזעהן אז דער אידיאל איז א פאטענציענאל פון אומגעהוירע סוקסעס, האבן זיי דאס געמוזט אויפגעבן און מאכן פאר א נחלת הכלל א רשות הרבים וואס יעדער איינער איז אייניג בעל הבית, און עס באלאנגט נישט פאר קיינעם. דער ענגלישער אפטיילונג איז געווען דער ערשטער וויקיפעדיע שפראך, עס האט זיך געפענט יאנובאר 2001
[בעאַרבעטן] היסטאריע: פון ביזנעס צו נאן-פּראַפיט ארגענעזאציע
היינט צוטאג איז דאס פובליק און איז נישט קיין רכוש פרטי, עס האט אינגאנצען 3 באצאלטע ארבייטער. דעריבער טראגט דאס א דאימעין אדרעסע, וויקיפידיע דאט. ארג - אנשטאט - דאט. קאם. - ווייל עס איז א ארגענעזאציע און נישט קיין ביזנעס. דאס אז סאיז נישט קיין ביזנעס פארענטפערט פארוואס וויקיפעדיע אטראקט אזויפיל באנוצער, ווייל דער נדבן פון אינפארמאציע ווייסט אז קיינער ווערט נישט רייך אויף זיין חשבון.
די גרינדער ווילן נישט אויסשליסן אז זיי גייען קיינמאל נישט אנעמען קיין עדווערטייזמענטס, ווייל צו ראנען אזויפיל סערווערס קאסט הון תועפות, דערווייל מאכן זיי די פארלאנגטע פאר הונדערט טויזענט דאלער פון נדבות, און זיי ווייסן אז דער רגע וואס זייי וועלן דאס אנהייבן מאכן א ביזנעס ווי גוגעל, וועלן די מיליאנען באנוצער פארלאנגן זייער אייניגער טייל און וועלן נישט ווייטער ארבייטן אויב איינער וועט מאכן געלט אויף זייער רוקען.
דאס באזארגט אבער נישט די מיליאנען וואלונטירן וואס שרייבן אין וויקיפעדיע ווייל דער רגע וואס "זשימי" מאכט דאס פאר א ביזנעס קען מען געבן א קאפי דאס גאנצער דאטעבאזע צו אנדערער דאימעין, ווייל בשעתן שרייבן ערקלערט מען אז דער אינפארמאציע איז מופקר פאר יעדן און קיינער קען נישט קלעימן בעלות אויף גארנישט פון וויקיפעדיע.
[בעאַרבעטן] װער זענען מיר?
פֿאַרשידענע סארטן און טיפן מענטשן נעמען אָנטײל אין בױען דעם װיקיפּעדיע, שרײַבער, בעלי מחלוקת, טײַפּיסטן, מנובלים, אינטערנעט שװימער, לײדיקגײער, אַרבעטסלאָזע, פֿרומע קנאָיִם, משוגעים, אָפֿיקורסים, אײנזײַטיקע פֿאַנאַטיקער, אױפֿגעקלערטע פֿילאָזאָפֿן, פּאָליטיקאָנטן, ביזנעסלײַט, אינטערדרוקטע, חסידים, קולטיסטן, צעבראָכענע, אידיִאָלאָגיסטן, לערער, נײגעריגע, און אַזױ װײַטער. אַלעס איז דאָ פֿאַראײניקט.
אַלע האָבן לכתחילה אַרײַן געבלאָנדזשעט אַהער נישט צו בױען אַ "ענציקלאָפּעדיע", ־ קײנער איז דאָך נישט משוגע צו אױסװײלן אַזאַ שװערן באָרינג זשאָב פֿאַר בחנם, ־ נאָר מיר האָבן פּשוט געװאָלט מיטטײלן מיט אַנדערע איבער זאַכן װאָס מיר שפּירן זיך נאַנט און ענטוזיאַסטיש, דערנאָך האָבן מיר געלײענט װאָס אַנדערע שרײַבן און מיר האָבן דאָס פּאַראַכטן ־ און איצט זען מיר זיך דאָ פֿאַראײניקט אין אַן אחריותדיקע מיסיע, געפֿיל און אױפֿגאַבע, װאָס מיר טײלן זיך מיטן כלל צו לערנען און פֿאָרצײלן מיט אַנדערע װאָס מיר װײסן און גלײבן און אָבסעסירן.
דאס איז ווי א בשותפות'דיגע ראלע אין טרייב קראפט, די פרומע טראכטן דערביי לאמיך לערנען מיט אנדער אידן תורה ביז ומלאה הארץ דעה את ה', און די פרייע טראכטן לאמיך לערנען מיט אנדערע דעם אמת: יעדער איינער מיינט טאקע זיין ג-ט, און פארקויפט זיין אייגענארטיגער וועג אין עבדות ה', אבער אויפן וועג ליינט מען וועגן אייער גאט אויכט און דער זעלבסט-אבסעסיע קראנקהייט, וואס האט אונז אהער געטריבן איבער פארציילן און זיך קאכן נאר אין אייין טרעק שמאלע אגענדע ריכטונג, ווערט אויסגעהיילט, און אונזער אינטערעסע האט זיך פארברייטערט און פארגרעסערט, מער און מער וואקסט דער וויקיפעדיע באזע, מיט א פאטענציאל אומבאגרייפבאר.
[בעאַרבעטן] זייער פאפולער
דער גרעסטער אינטערנעט זוך מאשין גוגל לייגט רוב מאל די רעזולטאטן פון ווערטער קודם די ווייקיפעדיע ארטיקלן פון דעם ווארט, ווייל די וועג וואיזוי גוגול ארבייט, זיי לינקן לויט די סדר פון בלאט ראנק ווער סהאט די מערסטע לינקס צו אים איז אויבן אן. און וויבאלד וויקיפעדיע לינקט דאס מערסטע צו זייערע בלעטער ווערט עס אנערקענט אלס זייער פאפולער און גוגל לייגט דאס פון די ערשטע ליין'ס.
דורכשניטלעך האט זי אין אן אלגעמיינער טאג ציילן אירע באזוכער ארום 912,000
אויך איז דאס ציענד, ווייל עס געט יעדן א געלגענהייט צו זיין א שפילער אין די אינפארמאציע אנדערשט ווי א נארמאלער אנציקלאפידיע וואס איז נאר א איין וועג קאמיוניקאציע פון ליינען, איז דאס די געלעגנהייט פארן ליינער צו אויסבעסערן און מעקן און עדיטן וואס ער האלט אז עס איז נישט גוט אדער קען זיין בעסער.
[בעאַרבעטן] פרייהייט איז די גרונט און סטרוקטאר
דער יסוד פון וויקיפעידע, איז אז מיר זענען א פרייע פלאץ, קיינער קען נישט מעקן אן אנדערן אן קיין צופרידענשטעלנדער אויפקלער און הסבר, און דאס וואס איינער איז א דירעקטאר, אנטוויקילער אדער העכער, מיינט נאר צו האלטן דעם סיסטעם טעכניש אין סדר, און נישט אז זיין מיינוג האט מער האפט און ווערט לגבי די טעמעס.
אויב איינער האלט אז דער אנדערער האט געשריבן צו עקסטרעמיסטיש בעסערט מען דאס אויס, און דער אנדערע קען נאכעדעם צוריקומען און צוריק פארבעסערן לויט זיין שכל, קיינער קען נישט זאגן אז יענער איז עקסטרעם, - און מעקן אן קיין ספעציפישער הסבר ווי און וואס ער איז נישט גערעכט, אין רעדן בלאט פון ארטיקל אדער באנוצער. דאס איז דער גאנצער געדאנק פון וויקפידיע און קאנטראסט פון אנציקלאפידיע.
דאס דער איינציגסטער און הויפט מעלה וואס וויקיפידיע האט איז אז עס איז פריי, אויב איז דא דיקטאטארשאפט איז דאס אן אנציקליפידיע, און אויב מ'באמערקט דיקטאטורשאפט פון א באנוצער אדער דירעקטאר, דארף מען קענען ענגליש און בארכיטען די פארברעך צו העכערע אנפירערס אין וויקיפידיע, זיי וועלן יענעם אומשעדליך מאכן, און העלפן בויען און אטראקטן נאך שרייבער און ליינער וואס וועלן איינזעהן אז סאיז זייער א זאך און זיי זענען פולע און גלייכע שותפים צו דעם פראיעקט און זייער מוה פלאג הארוואניע און צייט גייט נישט לטמיון.
מיר מאכן וואלן אויף יעדן איינציגן חילוקי דעות וואס ווערט געבוירן.
וויאזוי מיר היטן אויף די נייטראלקייט פון יעדן ארטיקל? זעהט: נייטראלקייט
איז וויקיפעדיע באגלייבט? זעהט: באגלייבטקייט און קראנטשאפט פון וויקיפעדיע.
וויאזוי ווערט מען א סיסאפ? זעה: אדמיניסטראציע
[בעאַרבעטן] פאַרוואָס זאָל מען שרייבן אויב יעדער וואַנדאַל קען דאָס באַלד אויסמעקן?
- מ'קען דאס זייער גרינג צוריק שטעלן. יעדער איינער קען מיט איין קוועטש דאס צוריקדרייען
- דער וואנדאל ווערט בלאקירט דורך די מנהלים אין איין סעקונדע.
- אלע געמעקטע ווערסיעס ווערן אפגעהיט אין דעם געשיכטע זייט. ממילא איז קיינעם'ס שווערע ארבייט קיינמאל נישט געגאנגען לטמיון, ווייל יעדער ליינער קען מיט איין קוועטש פון א באטאן צוריקדרייען סיי וועלעכע ווערסיע געפעלט בעסער.
- מ'קען נישט מעקן אן א צופרידנשטעלענדער אויפקלערונג. אויב איינער מעקט אן קיין אויפלערונג איז ער אטאמאטיק א וואנדאל, און נאכן ווארענען צוויי דריי מאל ווערט ער בלאקירט אויף שטענדיק.
- די אויסמעקן איז אבער דער הויפט מעלה פון וויקיפעדיע. ווייל אויב איך וואַרף מיינע דעות פאַרן המון קען דאָס נישט ווערן ערגער נאָר בעסער, ווייל איך איינער אַליינס בין מער איינזייטיג און אומוויסענד ווי דער רוב פון הונדערטע מענטשען ביינאַזאַם וואָס רעדן זיך דורך. מען דאַרף זיין זייער אַ גרויסע בעל גאווה זיך צו פאַפּן און זאָגן אַז מען פאַרשטייט בעסער פון א מערהייט.
דער אמת איז, אַז ס'וועט אייביג זיין יחידים מיט שמאָלע אַגענדעס וואָס וועלן מעקן גוטע זאַכן און שרייבן פאַלשע אינפאָרמאַציע. אָבער דאָס מערהייט מענטשען וואָס קומען זיך צוזאַמען אויף איין פּלאַץ זיך דורכרעדן, ווערן זייערע פּערזענליכע דיפערענצן פאַרמינערט און פאַרלוירן, קעגן דעם מעכטיגען רוב פון זייערע שותפות'דיגע גוטע אמת'ע דעות און אינפאָרמאַציע. קומט אויס אַז סוף טאָג וועט דער אמת און יושר זיגן.
[בעאַרבעטן] דער כוח פון וויקי; עס פאראייניגט פארשידנארטיגע און קעגן זייטיגע מיינונגען
וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו ערייכען דעם ציל, עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פארעכטן די טעות'דיגע פאלטשע פּערזענליכע איינזייטיגע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוח הרבים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען איז מלבן די סוגיא.
אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער ענין קען יעדער איינער ליינען און אָפּמאכן אויב עס איז באַרעכטיגט, אויב באַשליס איך אָדער אַוֹ אנדערער ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פארעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק איז דא ספּעציעלע פּאָליציי מיט מער כוח פון דעם המון, אויב האט איר טענות אז דער פּאליציי מאן האט געמעקט שלא ביושר איז דא מיליאנען ראנגען העכער אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח, געווענליך ווי לענגער מ'שרייבט ווערט מען א גרעסערער ראנג אינעם היראַכיע, וואס מאכן אַפּ וואַס איז יושר.
די וויקי פּראָגרעם ווערט היינט צוטאָגס זייער אויפגעכאַפּט, מער און מער, אסיפות מיטונגען פון ביזנעס און פאליטיק און אנדערע צילן ענדיגן זיך מיט א "וויקי" פרעזענטאציע אויף א גרויסן סקרין וואס אלע לעפּטאַפּס פון די באטייליגטע זענען צוגעבינדען און דער עולם ארבייט אויף די זיץ פלעצער זעהנדיג יעדן'ס עדיטס, מ'מעקט, פארעכט, און מ'רעדט, ביז עס ווערן אויסגעפארעמט פאראייניגטע רעזולוציעס, אגענדעס און שלוסן פון די מיטונגען.
[בעאַרבעטן] עקזעמפּל
דער נושא פון אהרן טייטלבוים איז איין אזא ענין וואס טוט זיך אָפּ קאמפן צווישן זיינע חסידים און מתנגדים, אבער דאס ווערט כסדר פאראכטען אהין און צוריק. ווען דעת רבים און דעת יחיד געווינען און זיגן אהין און צוריק, אָבער סוף טאָג, נאָך אַ לענגערע צייט אָפּשניט, טוט זיך רוב עולם אויסטשוכענען פון די היץ פונעם פּאַליטישן מאָמענט און דער אמת'ער בילד ווערט דאָקעמענטירט און סאָרטירט פאר די וועלט זיך צו איבערצייגן איבער דעם ענין פון "אהרן טייטלבוים".
[בעאַרבעטן] כח הרבים
"וויקיפּידיע" האט מיליאַנען וואַלענטורען פון די גאָרער וועלט וואָס געבן זיך אַפּ צו טענה'נען און מלבן זיין מיליאנען סוגיות טעגליך. דערווייל ארבייט עס מורה'ידיג, ווייל סאיז מענטשען פון אלע מינע געזעלשאפטן און מדינות, יעדער איינער ווויסט עפּעעס אנדערשט וואס דער אנדערע ווייסט נישט. מיר זענען אלע מיד און קראנק פון אויסהערן אַפּאר יחידים וואס זאגן אונז וואס מיר מעגן גלייבן און וואס נישט, פון היינט מאל אן זענען מיר די וואס האבן א מיינונג און מיר העלפן אנדערע צו קענען גלייבן און אנעמען וואס מיר האבן צו פארקויפן דורך געבן זיי א כוח צו פארעכטן אונזער מיינונג, און מיר האבן א כוח זיי צו פארעכטן.
[בעאַרבעטן] בעסטער סיסטעם
איז דאס פּראָבלעמן ריין? אַבסאַלוט נישט! אָבער אזוי ווי "דעמאָקראַטיע": דאָס איז דערווייל דער בעסטער סיסטעם פאַר אינפאָרמאַציע ביז אהער זינט די באַשעפעניש פון היסטאַריע.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס
אלע וויקיפעדיעס וואס אידן אדער אידיש שפראך באנוצער קענען פארשטיין.
אידישע וויקיפעדיע • ענגלישע וויקיפעדיע • העברעישע וויקיפעדיע • סימפל ענגליש וויקיפעדיע • דייטשע וויקיפעדיע • אראמישע וויקיפעדיע
[בעאַרבעטן] נייעס איבער וויקיפעדיע
- הויפט סטוארט דעני וואהל רעזעגנירט פון זיין הנהלה אלס ארבייטער אין וויקימעדיע פאונדאוציע. ערקלערט אז ער וועט לויפן אלס בארד טראסטי אין יוני און דעמאלטס וועט ער ערקלערן די סיבה פון זיין רעזעגנאציע און וואס מען דארף טוישן אינעם פאונדאוציע. (וויקימעדיע מעילינג ליסט)
- אנשטאט איז געווארן אויפגענומען דער סטוארט באנוצער:bastique אלס פולטיים וויקימעדיע פאונדאוציע ארבייטער צו ארגאניזירן וואלענטורען ארבייט פון אלע וויקיפעדיעס. (וויקיפעדיע סינגפאוסט)
- ענגלישער וויקיפעדיע קהילה צווינגט ארויס וועטעראן עדיטער און פלייסיגער סיסאפ צו רעטייערן, נאכדעם וואס זיין היסטאריע ווייזט אז ער האט זיך באנוצעט מיט פאלטשע רימערייען אז ער האט א פי.עיטש.די צו געווינען קאנסענסוס אין א עדיט מלחמה. (ניו יארק טיימס)
- שרייבער פון סלעיט מאגאזין באוויינט אין א לענגערען ארטיקל אין וואשינגטאן פאוסט,די אויסמעקונג פון איר ביאגראפיע אלס נישט גענוג באקאנט צו פארבלייבן אין ענגלישער וויקיפעדיע, לויטן וויקיפעדיע:מפורסם פאליסי פועלט דערנאך אויס אפצושרייען די גזירה און פארבלייבט יא אלס באקאנטער פערזאהן וואס פארדינט אוטאוביאגראפיע אין אן אנציקלאפעדיע ווי וויקיפעדיע. (ען.אר.זשי.)
- סיטיזאנדיאום דער פרייער אנציקלאפעדיע קאנקורענץ צו וויקיפעדיע, דערפענט פארן פובליק, מיט 2 תנאים וואס גייט זיין אנדערשט ווי וויקיפעדיע; עס ווערט נישט דערלאזט קיין אנאניאמע עדיטס. און עס וועט נישט הערשן אייניגקייט נאר עס ווערט געגעבן גרעסערע פירערשאפט ראלעס פאר עקספערטס און פרפעשאנאלס וואס וועלן געוועלטיגן אויפן פשוטן המון. (יו. עס. עי. טודעי)
- לערי סאנגער, גרינדער פון סטיזענטום, ציעט צוריק פון זיין אייגן פאליסי וואס ער האט זעלבסט געמאכט פארן וויקיפעדיע ווען ער האט דערין געארבייט אלס אנפירער, פון איגנארירן און עס איז נישטא קיין געזעצען. ער טענהט אז די אנארכיע וואס הערשט אין טרייבט וויקיפעדיע, פארטרייבט די סארט גוטע טאלאנטען פון וויקיפעדיע און זיין קאנקורענס וועט דאס איינצוימען און יא ציען די פראפעסיאנאלען און טאלאנטען. (די מארקער)
- כינע: איבער פינעף און פערציג טויזענט איינגעשריבענע באנוצער, פייפען זיך אריין אינעם אפשפארונג פון וויקיפעדיע דורך די רעגירונג וואס געפעלט נישט פרייהייט פון ווארט, - דורך טעכנישע טריקס באארבייטן זיי ווייטער דעם וויקפעדיע מיט מסירת נפש. (ווערד צום ליינען און זיך אפלערנען)
- וויקיפעדיע סטרוקטאר איז אזוי אויסגעשטעלט אז יעדער איינער קען דורכפאלן מיט וואנדאליזם, אט ליינט ווי דער סאמער גרעסטער וויקעפיד, זשימי וועילס, דער פרעזידענט און גרינדער פון וויקיפעדיע ווערט געכאפט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, מיט וואנדאליזם. (ווייערד מאגאזין)
- נייע סאפטוועיר ערצייגט, וואס ערמעגליכט ארויפלייגן און ליינען וויקיפעדיע אויף אייער אייפאד! (דאונלאוד ענציקלאפאפדיע)
- פייערפאקס הויפט ערלקערט: פארוואס וויקיפעדיע, איז דער נעקסטער גרעסטער זאך אויף די וועלט? (זי.די.נעט)
- פרעזידענט און גרינדער פון וויקיפעדיע, זשימי וועילס, פארשפרעכט, נישט נאכטאן גוגל לגבי כינע'ס פארלאנג. "וויקיפעדיע וועט זיך קיינמאל נישט אינטערגעבן צו צענזור"! (סי.נעט)
- אינטערנעט: א נייעם מין אפענעם וועג פון ביזנעס ווערט פראקטיצירט, קאמפאניס געבן אוועק זייערע סודות און ערפינדוגען בחינם, וויאזוי מאכן זיי געלט? דער פרעסטיזשפולער מאגאזין "די עקאנעמיסט" באהאנדעלט דעם טרענד: "אָפּען סאָרס", אינספארירט פון "וויקיפעדיע" פּאַפּולעריטעט. אויך: וויאזוי דער הויפט שותף פון זשימי וועילס און גרינדער פון וויקיפעדיע איז געווארן איר גרעסטער קריטיקירער און שונא נומער 1 צוליב אונזער אנטי-צענזור פאליסי! (עקאנימיסט)
- נייער ערצייגונג: ליינט און ענדערט וויקיפעדיע אויף אייער סעלפאון. (מאביילמעג)
- בריטאניקע קעמפט צוריק, פרעסטיזשפולע סייענס מאגאזין "נאטור" וואס האט באריכטעט אז וויקיפעדיע איז פונקט אזוי באגלייבט ווי זייער אנציקלאפידיע. (טיימס אנליין)
- אקטיוויסטן נעמען זיך צו 'וויקיפעדיע' דורכצופירן זייערע אגענדעס. ([http://people.monstersandcritics.com/article_1149947.php/Bono_targets_Wikipedia_entries
- ביזנעסער מאכן געלט דורך וויקיפעדיע. (וועב פרא נייעס)
- וויקיפעדיע פרעזידענט זשימי וועילס ערקלערט: רוב באניצער זענען מער ליבעראל פון אלגעמיינעם אמעריקאנער איינוואונער; נייטראלקייט איז א לאנגער וועג אבער עס גרייכט יא צו א ענד-ציל. (פי.בי.עס.)
- וויקיפעדיע ווערט הויפט געצייג אין די פאליטיק פון די קומענדע וואלן אין אמעריקע; זשימי וועילס ווארענט: יעדער איינער קען פרייערהייט באארבייטען, אבער אויב עס איז נישט נייטראל וועט מען יענעם אויפדעקן און באשמוצען. (טיימס)
- גרינדער פון וויקיפעדיע, זשימי וועילס, אויסגעקליבן פון טיים מאגזין אלס איינע פון די גרעסטע 15 סייענטיסטן און דענקער וואס פארעמען אויס די היינטיגע וועלט. (טיים מאגאזין)
- גוגל איז נומער 1 און וויקיפעדיע איז נומער 2 פון די וועלט'ס בעסטע וועב סייטס אויפן אינטערנעט. (בייט לעוועל ריסוירטש)
- וויקיפידיע וועב סייט אייגעשלאפן פאר 2 און האלב שעה משך פון פרייטאג צוליב געפעכט פון אינטערנעט סערוויס פראוויידער מיט סערווער האוסטינג קאמפאני איבער איי.פי. אדרעסן. [3]
- מאכט געלט פון שרייבן אויף וויקיפעדיע: ביזנעס געפענט צו פלעיסן און באשרייבן אייער ביזנעס אויף וויקיפעדיע. [4]
- וואנדאליזם אויף וויקיפעדיע פון טעלעוויזשען בדחן: סטעפען קאלבארט אפגעשטעלט. [5]
- כינע: קאמוניסטישער רעגירונג בלאקריט אינטערנעט צוטריט צו וויקיפעדיע. [6]
- חרדישער אינטערנעט געזעלשאפט, זשעי.נעט בלאקירט וויקיפעדיע. לויט איר אנפירער ר' זעליג ראזענטאל איז אזעלכע אינפארמאציע אויף וויקיפעדיע פארנאגראפיע. [http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2017542
(אנטווארט פון זשעי.נעט, דאס איז געווען א טעכנישער טעות פון א פראגרעם.)
- שלום בערגער אין לענגערן אפהאנדעלונג פארן פארווארד, וואס איז דער צווישענשייד, מעלות און חסרונות, צווישען די 3 הויפט וויקיפעדיעס וואס אידן קענען ליינען און שרייבן;
- דער ענגלישער וויקיפעדיע האט ווינציג אינפארמאציע איבער יידיש אבער צופיל אומוויכטיגע אינפארמאציע פון די וועלט וואס קיין איין איד וועט קיינמאל נישט דארפן וויסן;
- דער היברו וויקיפעדיע האט צופיל אינפארמאציע איבער איזראעלי קאלטור און צו ווינציג איבער די רוב אידישע אינטערעסע פונעם גלות אידס לעבן און לעבנסשטייגער. ווי למשל איר וועט נישט טרעפן קיין רעצעפט דארטן אויף קוגל וואס איז א אידישער יסוד ביי די גלות אידן.
- דער אידישער וויקיפעדיע האט צופיל חסידישע אינפארמאציע, ווי למשל דאס מערסטע בארבייטער ארטיקל איז ר' אהרן טייטלבוים, אבער צו ווינציג וועלטליכע קאלטור וויסענשאפט. ווי למשל די ארטיקל האומאוסעקסואל איז פון אלעם ערשט, לויט זיי, נישט קיין אידישער קאנצעפט.
- ער ענדיגט צו דעם באלערנדען ארטיקל מיט א רוף פון הלל: גייט און עדיט, ווייל וויקיפעדיע איז אייערס, פריי פאר יעדן צו פארעכטן און פארבעסערן. [http://zackarysholemberger.blogspot.com/2006/11/defining-wikijew-ethnoreligious.html
אלע וויקי'ס פון וויקימעדיע פאונדאוציע