דער גאדפאטער
פֿון װיקיפּעדיע
דער גאדפאטער איז דער נאמען פון א באקאנטער אמעריקאנער פילם וועגן א מאפיא הויפט און זיין פאמיליע אין די 40'ער יארן.
דער פילם איז געמאכט געווארן דורך פראנסיס פארד קאפפאלע, און ווערט פארעכנט אלץ איינע פון די בעסטע פילמס אין די היסטאריע.
דער פילם שטעלט פאר דער גאדפאטער (אזא טיטל וואס מען געט פאר דער וואס באקומט דעם כיבוד פון האלטן דעם קינד ביים באקריסטליכן צערעמאניע) דאן קארליאן -- געשפילט דורך מארלאן בראנדאו אין דעם ראלע וואס האט אים מערסט באקאנט געמאכט -- וואס איז דער הויפט פון זיין פארצווייגטע ביאלאגישע פאמיליע און אויך די הויפט פון זיין מאפיא פאמיליע וואס פארנעמט זיך מיט ארגאניזירטע קרימינאלע אקטיוויטעטן און צומאל פירט מלחמות מיט אנדערע מאפיא פאמיליעס.
דער גאדפאטער איז געווען פון די ערשטע פילמס צו ווייזן אינטימליך וויאזוי עס פירט זיך די וועלט פון מאפיאנערן, און יעדער שפעטערדיגע פילם אויף דער נושא פאלגט נאך אין אירע טריט צו מער צו ווייניגער.