קאווע
פֿון װיקיפּעדיע
קאַווע איז א אלגעמיינער נאמען פאר הייסע און צומאלן קאלטע געטראנקען וואס מען מאכט פון אראמאטישע אויל. עס פארמאגט אין זיך קאפעין וואס לעבט אויף דעם מענטש.
את חטאי אני מזכיר היום, איך בין שרעקליך אדיקטעט צו א הייסע געשמאקע גלאז קאפע, איך ווייס דאס איז שרעקליך אומגעזונט אבער וואס זאל איך טאן דאס איז גוט, ווער רעדט נאך דערצו אויב עס האט צוקער און מילך קען איך מיך דאך נישט פארשטעלן ווי גוט דאס פילט, ווער רעדט נאך פארטאגס ווען דער שלאף וויל זיך נישט אפטאן פון מיר, און איך געב איין שמעק און צו פון די הייסע קווע לויפט דאס שלאף אוועק און איך ווער פריש און ענערשזעטיק ווי א טייגער מיט א פרייליכקייט אויפצונעמן די פרימארגן א נישטא בעסערס
[בעאַרבעטן] וויאזוי איז דאס אויסגעטראפן געווארן?
א לעגענדע לויפט אז דאס שטאמט פון א פאסטוך אין פרימיטיווער עטיאפע וואס האט געפאשעט זיינע שאפ און זיי האבן בטעות געגעסן די געוואוקס און אנגעהויבן צו שפרינגען, דער פאסטוך איז געווארן פארוואונדערט פארוואס זיי זענען פלוצלינג געווארן אויפגעלעבט פון די געוואוקס האט ער דאס אויך טועם געווען און מיטגעשפרינגן מיט זיינע שאף, איז ער אויפגעקומען אויף א פלאן צו טראגן די געוואוקס אין זיין שטעטל ביים דאווענען וואס זיינע חברים שלאפן איין זיי זאלן פון דעם טועם זיין.