חלום
פֿון װיקיפּעדיע
חלום איז דאס בייגעוואונען פון וואס א מענטש זעהט אדער הערט בשעת ער שלאפט.
א מענטש חלום'ט דאס וואס ער טראכט אדער פאנטאזירט דורכן טאג ווען ער איז וואך.
און די תורה געפין מיר מערערע געשיכטעס פון חלומות וואס האט געוויזן אויף נביאות, צום ביישפיל די חלום פון יעקב אבינו מיט די לייטער, אדער די חלום פון יוסף.
אויך געפין מיר אז עס איז געווען אזא מין פאך ווי אויסטייטשן א חלום אין פארשטיין וואס א חלום טוט אנזאגן, וואס רופט זיך א "פותר חלום".
די גמרא אין מסכת ברכות רעכנט אויס פארשידענע חלומות וואס ווייזט אויף שלעכטס, צום ביישפיל אויב איינער זעהט די באלקען פון זיין הויז איז אראפ געפאלן. אויב איינער חלומ'ט איינע פון די חלומות, דארף ער פאסטן א טאג, עס רופט זיך א "תענית חלום", כדי צו פארגיטיגן און אפרופן די שלעכטע גזירה וואס ווארט מעגליך אויף איהם. לויט די הלכה דארף מען אפי' שבת אויך פאסטן א תענית חלום, וואס סתם אזוי טאר מען נישט פאסטן שבת מער ווי זעקסט שעה אין א צו פון ווען מ'שטייט אויף. אויך איז די הלכה אז נאך שבת דארף מען נאכאמל פאסטן כדי צו תשובה טוהן אויפן זינד פון פאסטן שבת, עס רופט זיך "מסיר תענית לתעניתו".
עס זענען דא חלומות וואס שרעקן זייער אן א מענטש, עס מאכט זיך זייער ביי אינגע קינדער, וואס זיי ליידן זייער רעגעלמעסיג פון שרעקעדיגע חלומות און עס קען זיין זייער פיינפול. עס זענען דא פארשידענע רעמעדיעס דאס צו היילן.