קארטאפל
פֿון װיקיפּעדיע
קארטאפל (פּאָטעיטאָ). אן אמעריקאנער געוויקס זייער רייך אין קראָכמאַל (סטאַרטש).
עס איז אנגעקומען צום ערשטן מאל אין אייראפע פאר נאנט צו 500 יאר צוריק, דורך שפאנישע מאטראזן.
איבער 100 ערליי קארטאפל זענען פאראן, אין פארשידענע מאָסן, פאָרמען און קאלירן. טראץ דעם אונטערשיד אין טעם און אויסזען, זענען זיי אלע אייניג נארהאפטיג און געזונט.
אין די לעצטע פאר הונדערט יאר איז קארטאפל שטארק פארשפרייט געווארן צוליב זיין נארהאפטיגקייט.
עס איז פאררעכנט אלס א מיטגליד אין די נאכטשאטן פאמיליע, וואס שליסט אויך איין ברונזין (עגפּלענט) און טאמאטעס. עס ענטהאלט אויך א קליינע מאס אַטראָפּין. דער סובסטאנץ איז גיפטיג אין גרויסע קוואנטומס, אבער אין קליינע מאסן האט עס א ווירקונג קעגן ספּאַזמען. דאס הייסט אז קארטאפל איז א רפואה פאר בויך ווייטאג און קרעמפן.מוסטער:Link FAמוסטער:Link FAמוסטער:Link FA