חסידישער פאליציימאן, ר' שלמה קאניג, שילדערט די פלאג פון אינטערנעט פארברעכן, וויאזוי ער האט אין די לעצטע יארן ארעסטירט 130 קרימינאלען, וואס פון זיי זענען 122 געווען מנובלים (זשורנאל ניוס)
ר' פנחס יאקאבאוויטש פון די עלייענס אין קרית יואל, געבט פאליטישע זעץ פאר די ארונים וויליזש פירער, באצאלענדיג די לווי' קאסטן פאר די שכנים, נאכדעם וואס דער גוי האט זיך געשלאגן מיטן איד דערויף, און דערמיט ווייזענדיג נאכאמאל פאר די וועלט אז נאר די זאליס גייען אין סאטמאר רבס וועג פון נישט טאן די עבירה פון התגרות באומות. די ארונים באשולדיגן די זאליס אז דאס איז אן אומאחריות'דיגע ווילדע שריט, ווייל דערמיט רייצט מען אויף דעם גוי צו באראבעווען דעם איד ווען ער וועט נאר קענען. (רעקארד אונליין)
נייער היסטאריעספר ארויס, דאקומענטירט די שאנדע און סקאנדאל פון רעבישע הויפן. (הארץ)
שטורם אין ארץ ישראל: ספרדישער ראש ישיבה פון צפת ישיבה פאר באלי תשובה, אור היקרבאשמוצט ר' נחמן ברסלב אלס א קראנקער פאציענט וואס קראנקע אידן קלאמערן זיך אין זיין דרך דורכאויס אלע דורות. (וויינעט)
נאך שאקירענדער זעלבסט מארד פון חרדישער אינגערמאן, גרוש פון פלעטבוש וואס איז געווען אין נחל חרדי דינסט, ווייזט זיך ארויס אז חרדישע אינגעלייט און בחורים פון איבער די גארער וועלט, וואס האבן ארפאגענידערט אין שאול תחתית פון ייאוש און עצבות קומען קיין נחל החרדי זיך צו היילן און אנהייבן זייער לעבן פון דאס ניי. (זעי. פאוסט)
עסקן רופט רבנים צו מתיר זיין אידן צו מנדב זיין זייערע גלידער נאכן טויט, צוליב פיקוח נפש (וואס איז דוחה כל התורה כולה, אחוץ די 3 עבירות חמורות). (פארווארד)
געריכט פאראורטיילט חברה קדישא צו צאלן געלט שטראף פאר משפחה וואס זיי האבן נישט געשטעלט שמירה אויף זייער נפטר איבער שבת פארן באגראבן, ווי עס פארלאנגט די הלכה. (אטלאנטיק סיטי)
וואשינגטאן פאוסט: ר' אהרן טייטלבוים איז א כאריסמאטישער שלעגער. ר' זלמן לייב טייטלבוים איז פונקט ווי די טאטע ר' משה טייטלבוים ז"ל, א שוואכלונג וואס ווערט געפירט דורך משה גבאי. א רעפורטער באשרייבט זיינע ערניאירונגען אין א עס.יו.ווי. מיט 5 ארונים וואס טעילגעיטן משה גבאי אים צו טעראריזירן. אויך: וויאזוי די ארונים גלייבן אז זייער רבי איז א פועל ישועות און בעל מופת, נישט צוליב זיין הייליגקייט, נאר צוליב די ליבע פון זיינע חסידים צו אים. (וואשינגאטן פאוסט)
יונתן ראזענבלום רופט תורה וועלט צו חשבון הנפש: די עלענדקייט פון שבועות; זייענדיג דער איינציגסטער יום טוב וואס פרייע אידן פייערן נישט, ווייזט אז מיר האבן פארוואנדעלט די תורה צו א אראפגעקוקטער לעבן'ס שטייגער, וואס די אידישע וועלט האלט נישט פאר וויכטיג זיך צו פרייען מיט דעם זמן מתן תורה. (קראס קארענטס)