געאגראפיע
פֿון װיקיפּעדיע
געאָגראַפּיע איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט דעם אויסשטעל און כאראקטאר פון דעם ערד פלאנעט, סיי פון דעם ים און סיי פון דער יבשה. צום ביישפיל, די וויסנשאפט פון א געוויסער מדינה, וואו זי, ליגט ווער זענען אירע שכנים, די קלימאטן, די איינוואוינער, אדער די גרויסקייט פון א באשטימטן אקיאן, וואספארא סארט באשעפענישן שווימען אין איר, אא"וו.