ווינסטאן טשערטשיל
פֿון װיקיפּעדיע
ווינסטאן טשערטשיל - Winston Churchill (געבוירן כ"א כסליו ה'תרל"ה ; 30 אין נאוועמבער 1874 - געשטארבן כ"א שבט ה'תשכ"ה ; 24 אין יאנואר 1965) איז געווען דער פרעמיער מיניסטער פון די בריטישע שטעטלעך.
[בעאַרבעטן] ציונות
אין חודש אדר ה'תרפ"א (מארץ 1921) איז ער געקומען אויף א באזוך אין ארץ ישראל (וואס דאן איז די לאנד געווען אונטער די בריטישע רעגירונג) די אראבער האבן דאן געפאדערט פון אים צו מבטל זיין דער געדאנק פון ציונות און אויפשטעלן א רעפרעזענטאטיווער רעגירונג פון די איינוווינער אין ארץ ישראל וואס וועט ווארשיינליך זיין אן אראבישע רעגירונג (ווייל דאן זיינען די אראבער געווען 80% איינוווינער קעגן 20% יידן), אויך האבן זיי געפאדערט צו פארמיידן די אימיגראציע גרופעס וואס זיינען געקומען קיין ארץ ישראל. אבער טשערטשיל האט אפגעשלאגט דיזע פארשלאג ווייל די בריטן האבן זיך מחייב געווען צו אויספירן באלפורס דעקלעראציע, און אלס דעם האבן די אראבער איניציאטירט דער שרעקליכער תרפ"א ראיאטן.
גלייך נאך דער אויפרוהר האט טשערטשיל אויספארמירט א נייע דיפלאמאטיע און געשריבן דער ערשטער ווייסער בוך וואס האט באשטימט נייע תקנות פאר דער ציוניסטישער געדאנק.