זשון 2006
פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] געשענישן
[בעאַרבעטן] יוני 30
- היברו וואכן צייטונג בקהילה זאגט אויף איר רעדאקטער ר' דוד ראטענבערג צוליב אנפירן חרדישען אינטערנעט נייעס וועבסייט בחדרי חרדים. (בחדרי חרדים)
[בעאַרבעטן] יוני 29
- כיכר השבת ברענט: חרדים קאמאנדעווען, לאזן זיך ארעסטירן, און פארשטיינערן און שלאגן מיסיאנערישע טוריסטען. אין מאה שערים. (ערוץ 7)
- אהרונים ענטפערן אפ זאלי אדוואקאט בריוו מיט קאנטער בריוו פון זעלבע באשולדיגונג אז די זאליס האבן 7 לויערס אויך פאר איין איינעם ציל צו באיינפליסן געריכט, און אז די קארופציע רומאר'ס אויף ריכטער באראש איז אמת געווען ממילא איז דאס נישט קיין טענה וואס די ארונים זענען שולדיג, און אז די הודעה פון הייד פארק איז א ביליגע אויסגערעכנטע קאנספיראסי פון די זאליס, געשריבן דורך אן אינטערגעשטעלטע זאלי וואס פארשטעלט זיך ווי אן ארוני צו פארדרייען די קעיס פון די ריכטיגע רעלסן. (כל העולם כולו)
- שווערע חתונה קאסטן פאר ארץ ישראל אידן, לייזונג אויפן האריזאנט: חרדישער חבדסקער ביליאנער ר' ישעי' בוימלגרין אנטשפרעכט צו בויען אמעריקאנער סטייל דירות צו דינגן אין ירושלים, דאס ערשטע מאל אין ארץ ישראל היסטאריע. (בחדרי חרדים)
- איזראעלי בלאגער באגייט זעלבסטמארד. וועקט אויף דעבאטע איבער די סכנה פון בלאגס, ווי פערזענליכע טאגבוך ווערט דורך געוואשן פון האסליכע קאמענטורער. (הארץ)
[בעאַרבעטן] יוני 28
- ברעיקינג: זאלי הייד פארק פארום חדשות אנש סאטמאר אפגעשפארט אויף מסורת פאלטפארמע. (חדשות סאטמאר)
- סאטמאר מחלוקת: אין די טעג וואס מען ערווארט א פסק פון די ניו יארקע אפעלאט געריכט, טוט זאלי אדוואקאט אפשיקן א לאנגן בריוו צום געריכט קלערק מיט באשולדיגונג אז די אהרונים האבן 11 לויערס פאר איין איינעם ציל צו באיינפליסן די געריכט אומיושרדיג, אלס באווייז געבט ער א קאפי פון דעם העברעאישן שמועס גרופע הייד פארק סייט וואס פארציילט אומלעגאלע געהיימע אינפארמאציע אין באציאונגען מיט די ריכטער און זייער שטאב. (כל העולם כולו)
- וויליאמסבורג ערשטע פאזע בוי ארבייט פון ריזאונינג אנגעהויבן, נייע לאו אינקאם דירות קומן הארט נעבן אליעזר קעסטנבוים'ס בילדינג. (ניו יארק וואן)
- חיים ברוך רובין פון די גרינדער פון שומרים אין לעיקוואד ארעסטירט אויף געבן שוחד צו א פאליציי מאן זאל אפווישן זיין ווייבס טיקעט. (עי.פי.פי.).
- אפדעיט פון וואלעס משפט: פאליציי פרוי אויספארשער האט אומאיידל אנגערירט ר' ישראל וואלעס אנקעגן די הלכה, און געזאגט ליגענט פאר די פרעסע אים צו באשולידגען אויף מארד פון בעיבי. (ערוץ 7)
- צהל כוחות אינוואדירן עזה פאס, צו באפרייען 2 פארכאפטע איזרעאליס. בריקן מיט עלעקטעריציטעט אויסגעהאקט. (וויינעט)
- פאליסטינער באווייזן פאפארט פון 2טן פארכאפטן איזראלעי משכון, מתנחלישע ישיבה בחור. (וויינעט)
- ניו יארק סיטי געזונטהייט קאמיסיאנער, קריטיקירט מציצה בפה אפמאך מיט סטעיט קאמישינעקע. (ני אבזערווער)
- פאראייניגטע שטאטאן סענאט אין וואשינגטאן האלט אפ יארצייט סעודה לכבודו פון ליובאוויטשער רבין אין זיינע חסידים. (חבד אונליין)
[בעאַרבעטן] יוני 27
- קרוין הייטס קהילה מחלוקת ארויס פון קאנטראל; ר' משה רובאשקין, מיט קעגנער ארעסטירט נאך געשלעג. (קרוינהייטס אינפא)
- שול אין האליוואד פלארידע וועט באקומען 2 מיליאן דולער פארגיטיגונג צוליב דיסקרימינאציע פון שטאט ראט. (לאקאל צייטונג)
- ר' מאיר ווערטהיימער אנפירער פון המספיק באשמוצט אין רעקארד אז ער מאכט צופיל געלט. (רעקארד אונליין)
[בעאַרבעטן] יוני 26
- זונות זעהן זייער רעגולער קאסטומער חבד שליח אין מאנטשעסטער ענגלאנד פרעדיגען אידישקייט אויף טעלעוויזיע אז לויט די תורה טאר א מאן נישט געבן שלום פאר פרוי צוליב צניעות, רופן זיי טאבלוידן אים צו פארשעמען פאר די גאנצע וועלט מיט בילדער אז ער איז היפאקריט און מנובל. (וויינעט)
- ערשטע 24 שעה אידישע טעלעוויזיע אין אמעריקע. (הארץ)
- יוגענטרוף באצאלט $1,000 דולער פאר פרייע אידישע איגענטליכע וואס ציען זיך קיין ברוקלין צו רעדן אידיש. (ניו יארק דעילי ניוז)
- ירושלים: משמרת הצניעות פארשטארקט מערכה קעגן אינטערנעט:
-
- בילדער פון בחורים אין אינטערנעט קאפע הייזער פארשפרייט. (שלמה שמש ברענגט אייך די פלאקאטען פון ירושלים גאסן.)
-
- נאך אמאל: אינטערנעט קאפע הויז וואנדאלאזירט. (בחדרי חרדים)
[בעאַרבעטן] יוני 23
- ר' יהודא לעווין באשולדיגט אז אגודת ישראל מיט דגל התורה כנסת דעפוטאטען שווייגן, בשעת ווען דוקא די מער מאדערענע מזרחי חברי הכנסת באקעמפן יא די משכב זכר מארטש אין ירושלים. (ערוץ 7 ראדיאו אינטערוויאו)
- ביד"ץ העדה החרדית אנטשפרעכט מיט העפטיגע מערכה ארויסצוברענגן יעדן בחור העכער 20 יאר צו בלאקירן מיט זייער לייב, די געי שטאלץ פאראדע. ליטווישע און חסידישע רבנים זענען דערווייל שטיל, אלס זארג פאר חינוך וואס מ'וועט מסביר זיין פאר קינדער און בחורים וואס וועלן פרעגן מה כל הרעש. (בחדרי חרדים)
[בעאַרבעטן] יוני 23
- קימבאל מעדיקעל סענטער אין לעיקוואד שטעלט איין שבת טיר (עי פי פי).
- אש התורה עפענט אויף אמעריקאנע ישיבה פאר בעלי תשובה, און גרעסטע בעלי תשובה געגענט אויף די וועלט; פאסעיאיק ניו זשערסי. (ניו זערסי זשואיש סטענדערט)
- האָרץ שרייבער דעקט אויף דריידל וויאזוי נטורי קרתא נעמט געלט פון די ציונים. (הארץ)
- העליש פייער פארניכטעט הויפט בנין פון קעמפ אגודה; גרויסע נסים קיינער ב"ה נישט געשעדיגט. (רעקארד אונליין)
[בעאַרבעטן] יוני 22
- קטלא קניא מעורר אין אלגעמיינער איבער די איבערוואג פראבלעם ביי חסידישע אידן. (אלגעמיינער)
- וויליאמסבורג: חסידישער באס דרייווער פון עקסידענט וואס האט אומגעברענגט 5 יאריג מיידל, געגעבן געווארן פארשידענע טיקעט'ס. (ניו יארק 1)
- ירושלים: שערי צדק שפיטאל פאלמעסט מוח טויט'ער פאציענט קעגן אפמאך מיט פארשטארבענעם פוסק ר' משה האלבערשטאם ז"ל. (וויינעט)
- זק"א וועט צויק א בלויז וואלענטירישע ארגענעזציע, מזאגט אויף אלע באצאלטע. (בחדרי חרדים)
- אנפירער פון זק"א ר' יודא משיזהב רופט רבנים איינזעהן פאקט אז חרדים באנוצען זיך יא מיט אינטערנעט. און דאס מתיר זיין. (בחדרי חרדים)
- אמעריקאנער ציונים וועקן זיך אויף צו ראטעווען דעם איינציגסטן פרומען אידישען סענעטאר זשאו ליבערמאן וואס איז אין סכנה צו פארלירן פריימעריס צו לינקע דעמאקראטן. (פארווערד)
- רבנים אין מיזורי שטיצן סטעם צעל שטודיע. (סט לואיס זשואיש לייט)
- קאנאדע: פרומער איד עפענט אפטיילונג פון קורטיס סליווא'ס גארדיען ענזשלס. (זשואיש פרעס)
- ניו זשערסי: שומר פון פרומע אידישע שולע ארעסטירט פארן האבן געשלעכט סקס בלע"ז מיט 13 יאריגער מיידל. (נישט פון די שולע). (ניו זשערסי.קאם)
[בעאַרבעטן] יוני 21
- הרב שך'ס קבר פארשוועכט. (בחדרי חרדים)
- נייער אידישער ישוב, מיט כשרס און ארטאדאקסישער שול אין א שטעטל אין ארקעסאו, צוליב די ביזנעס הויפטקווארטיר פון וואל מארט, באקענט זיך מיט די וואל מארט אידן. (ניו יארק טיימס)
- סאטמאר מחלוקת: 4 ריכטער הערן אויס דעם $500 מיליאן דולערדיגע פראגע: איז ר' משה טייטלבוים, דער אדמו"ר געווען העכער פון די קהילה שטאטוטען. (ניו יארק סאן)
- ירושלים שטאט ראט וויל אויפלעבן עקענאמיע מיטן איינלאנדענען ארטיסטן זיך צו באוואונען און מאכן גרינגערע געזעצן צו פארקויפן אלקעהאלישע געטראנקן. (וואשינגטון פאוסט)
- מיאמי: ארעסטאנט ווערט בעל תשובה אין טורמע, קלאגט אין געריכט פאר רעכטן צו עסן כשר, און לאזן וואקסן בארד. (מיאמי העראלד)
[בעאַרבעטן] יוני 20
- חרדישע 5 יעריג מיידל פון וויליאמסבורג אומגעקומען דורך פארביי פארענדיגע קאר פרובירענדיג ארויפצוגיין אויף סקול באס (1010 ווינס).
- פונקט אין צייט פאר זומער קאנטרי געפאָראַכץ: נייער וועב סייט וואס וועט אייך שיקן טעקסט מעסעזשעס פון אלע טראפיק און פאליציי אקטיוויטעטען אויף די וועגן. (ראוד אינפאו דאט קאם)
- ליטווישע שטאט, קרית ספר, לאזט נישט אריין וואונען ספרדים. צוליב סכנה אין אידישקייט, וואס זיי שטעלן מיט זיך פאר. (וויינעט)
- עלעוועיטערס געפלאנט פון רובע היהודי צו רחבת הכותל. (יתד נאמן)
[בעאַרבעטן] יוני 19
- לעיקוואד גרינדט חברה שומרים נאכדעם וואס די צוטרוי צו די פאליציי איז שטארק געפאלן (עי פי פי).
- חסידישער פאליציימאן, ר' שלמה קאניג, שילדערט די פלאג פון אינטערנעט פארברעכן, וויאזוי ער האט אין די לעצטע יארן ארעסטירט 130 קרימינאלען, וואס פון זיי זענען 122 געווען מנובלים (זשורנאל ניוס)
- ר' פנחס יאקאבאוויטש פון די עלייענס אין קרית יואל, געבט פאליטישע זעץ פאר די ארונים וויליזש פירער, באצאלענדיג די לווי' קאסטן פאר די שכנים, נאכדעם וואס דער גוי האט זיך געשלאגן מיטן איד דערויף, און דערמיט ווייזענדיג נאכאמאל פאר די וועלט אז נאר די זאליס גייען אין סאטמאר רבס וועג פון נישט טאן די עבירה פון התגרות באומות. די ארונים באשולדיגן די זאליס אז דאס איז אן אומאחריות'דיגע ווילדע שריט, ווייל דערמיט רייצט מען אויף דעם גוי צו באראבעווען דעם איד ווען ער וועט נאר קענען. (רעקארד אונליין)
- מאנסי: ישיבה בחורים פארברענען אויסגעלאסען ניו יארק פאוסט, און שלאגן זיך ארום מיט פייער לעשער ביים פארלעשן פייער. (זשורנאל ניוז)
[בעאַרבעטן] יוני 17
- ערשטע קיבוץ אין ארץ ישראל ווערט פרום, בויט ארטאדאקסישע שול. (וויינעט)
- ר' אברהם טווערסקי האט שוין ארויסגעגעבן 50 ספרים, ער האט שוין נישט קיין טעמעס, האט ער געשריבן א קאכן רעצעפט בוך. (פיטסבורג לייוו)
- וויקיפעדיע ברעכט איר אייגענער דעמאקראטישער יסוד פון דער פרייער אנציקלאפידע מער און מער ארטיקלן ווערן אפגעשפארט צוליב וואנדאליזם. (ניו יארק טיימס)
- שטורם אין ארץ ישראל: ספרדישער ראש ישיבה פון צפת ישיבה פאר באלי תשובה, אור היקר באשמוצט ר' נחמן ברסלב אלס א קראנקער פאציענט וואס קראנקע אידן קלאמערן זיך אין זיין דרך דורכאויס אלע דורות. (וויינעט)
- שאקירענדער ווידיאו קליפ ווי ברסלב בעלי תשובה פייניגן אינגן אוקריינא גוי. (בחדרי חרדים)
- פרוי געכאפט אריינשווערצן דראגס אין טורמע באהאלטן אין פּאָר תפילין. (בחדרי חרדים)
[בעאַרבעטן] יוני 16
- ר' אמנון יצחק קאנטערט געי שטאלץ פאראדע מיטן ארגענעזירן ענווה און צניעות פאראדע אין ירושלים די זעלבע צייט מוחה זיין קעגן זיי און דאס אויסנוצען צו מאכן נאך בעלי תשובה פראפעגאנדע. (ידיעות)
- בארא פארק: מנובל לאזט זיך אראפ די הויזן, פאר פרוי, הארגעט איינעם אנטלויפענדיג פון פאליציי. (סי.בי.עס)
- קראון הייטס: קאמיונטעי האלט אפ דעמאקראטישע וואלן אויף פאליציי ליעזאןס. (חבד אונליין)
[בעאַרבעטן] יוני 15
- לעיקוואד: איסור פון רבנים אויף אינטערנעט גאר שטארק אויפגעכאפט, רעזולטאטען דערקענבאר מיט לייברעריס אנגעפילט מיט פרומע אידן. (סטאר לעדזשער)
- גאר אינטערסאנטער ווידיאו קליפ: שווארצע מאן און פרוי זינגען פתחו לי ניגון פון שלמה'לע קארליבאך. (גוגל ווידאו)
- חברה קדישא וועט בראדקעסטען לייוו ווידיאו פיד פון לווי' אויפן אינטערנעט. (וויינעט)
- שרעקליכע עקסידענט אין לאוער איסט סייט איינער ל"ע אימגעקומען; הרה"ח יצחק מרדכי באנדא ע"ה פין וויליאמסבורג. די לוי' וועט זיין היינט אין פארנט פין סאטמאר בית המדרש אין ראדני (ניו יארק פאוסט)
- תלמוד תורה אין פלעטבוש פירט איין שטרענג תקנות, איבער מלמדים, אונטערן שאטן פון סעקסועלע באלעסטיגען באשולידיגונגען אויף א לאנג יעריגע מלמד. (זשואיש וויק)
- נייער חסידישע נגינה טעיפ ארויסגעקומען פונעם וועלט בארימטן זינגער יעקב יונג. ליינט א הערליך רעוויאו פון א מוזיקער. (זשואיש בלאגמייסטער)
- אידישע גע'גט'ע עלטערן, שלאגן זיך אין גוי'אישן געריכט איבער דורכפירן ברית מילה אויף קינד. (לאקאל טשיקאגא ראדיאו)
- פראנקרייך: אידישע געמיינדע גרינדן חברה שומרים צו שיצן פון אנטיסעמיטן. (זשעי. פאוסט)
[בעאַרבעטן] יוני 13
- חסידישע רבנים פון ניו יארק סטעיט, שרייבן אונטער צו פארבאטן הערפיס אנגעשטעקטע מוהלים פון דורכפירן ברית'ן, אויך אז מוהלים מוזן זיך פירן ווי געהעריגע דאקטוירים בשעת א אפאראציע. אלעס כדי די ניו יארק סטעיט זאל נישט פארבאטן מציצה בפה. (טיימס יוניאן) - (בילדער אין חבד אונליין)
- געריכט אורטייל: אמנון יצחק מוז דערלאזט ווערן צו רעדן אויף פובליק טעלעוויזיע אבער מוז אליינס צאלן אלע געריכטליכע אנקלאגעס קעגן זיינע לשון הרע'ס און העצערייען. (בחדרי חרדים)
- נייע 7 חרדים צוגעלייגט צו ארץ ישראל'ס רייכסטע עשירים ליסטע, גערע רבי, משה חיים שעהנפעלד, אלשיוב, יוסי גרינפעלד, און רבי אלעזר אבוחצירא(בחדרי חרדים)
- מדינת ישראל געריכט, מתיר יגאל עמיר צו האבן קינד פון טורמע. (זשעי. פאוסט)
- נחל החרדי רעקרוטירט חרדישע בחורים אין מיליטער אין די גאסן פון ירושלים אויפן שטייגער פון די אמעריקאנער מיליטער. (הארץ)
- חרדישע ריעל עסטעיט ביליאנערן שותפים האבן זיך צעקריגט: ר' ישעי' בוימלגרין האקט אפ מיט לוי לבאיב, און אינוועסטירט אין אויפגייענדער אינדיע ריעל עסטעיט מארקעט מיט נייעם איזראעלי שותף. (גלאובס)
[בעאַרבעטן] יוני 11
- קראון הייטס: פדיון שביים קאמפיין געפענט פארן הויפט פון קהל, ר' משה רובאשקין, מוסרים טענה'ען אז ער וויל זיך נישט שטעלן צו דין תורה, איז מען געצווינגען צו גיין אין גוי'אישן געריכט. (חבד אונליין)
- געי שול האט שוין באגראבן 80 מתפללים זינט עידס אויסבראך. (זשעי זשורנאל)
- ארונים קעגן זאלוינים אפצושטעלן שול בוי ארבייט היינט אין געריכט. (רעקארד אונליין)
- וויליאמסבורג: 37 קאַרן אויסגעשטאכן זייערע רעדער דורך וואנדאל. (נ.י. פאוסט)
- ספרדישער הויפט רב, ר' שלמה עמאר, מתיר חתונה געהאטע ווייבל צו טראגן פרעמד קינד אין איר רחם דאס צו געבוירן פאר פרעמדע עלטערן. בעיבי הייסט נישט ממזר ווייל עס איז איינגעפלאנצט נישט אלס זרע נאר אלס עובר. (וויינעט)
- ר' ישי שליסל ווערט איזאלירט פון אנדערע ארעסטאנטען נאכן צוברעכן טעלעוויזיע 2 מאל אין זיין טורמע קאמער. (בחדרי חרדים)
- בארא פארק: שארית הפליטה אידן הערן רוף זיך אנצושליסן און פערוועזירן זייערע זכרונות אין דעם זשאואיש האלאקאוסט מוזיעם (פארווערטס)
- לעיקוואד: שווארצע פארלאנגען בייעס אנקלאגעס אויף אידן וואס האבן אפגעהאלטן שווארצן אינגענטליכען מיט ראסיסטישע לאזונגען, נאכן דורך גיין פריוואטע שטח. (עי.פי.פי.)
- פייוו טאונס: רעפארעם אידן אנטולויפן צוליבן וואוקס פון חרדישע איינוואונער וואס ווערן רוב. (ניזודעי)
[בעאַרבעטן] יוני 9
- אור אלטער אידישער בית החיים אין טשעלסי מאנהעטן געשעדיגט פון דערנעבענדיגע איזראעלי בוי ארבייט. (נ.י. טיימס)
- 86 יעריגער אידישער פרוי שלאגט אליינס אפ רויבער אין מיטן העלן טאג אין מידטאון מאנהעטן. (נ.י. פאוסט)
- נאך שאקירענדער זעלבסט מארד פון חרדישער אינגערמאן, גרוש פון פלעטבוש וואס איז געווען אין נחל חרדי דינסט, ווייזט זיך ארויס אז חרדישע אינגעלייט און בחורים פון איבער די גארער וועלט, וואס האבן ארפאגענידערט אין שאול תחתית פון ייאוש און עצבות קומען קיין נחל החרדי זיך צו היילן און אנהייבן זייער לעבן פון דאס ניי. (זעי. פאוסט)
- עסקן רופט רבנים צו מתיר זיין אידן צו מנדב זיין זייערע גלידער נאכן טויט, צוליב פיקוח נפש (וואס איז דוחה כל התורה כולה, אחוץ די 3 עבירות חמורות). (פארווארד)
- געריכט פאראורטיילט חברה קדישא צו צאלן געלט שטראף פאר משפחה וואס זיי האבן נישט געשטעלט שמירה אויף זייער נפטר איבער שבת פארן באגראבן, ווי עס פארלאנגט די הלכה. (אטלאנטיק סיטי)
- על שארפטאן זאגט אז דעיוויד יאסקי איז ראסיסט. (דעילי ניוז)
- ארץ ישראל געריכט באשטראפט איינעם מיט 95,000 שקל פארן חטא פון ווייטער שיקן פאלטשע לשון הרע אימעיל וואס ער האט באקומען פון איינעם. (ען אר זשי.)
[בעאַרבעטן] יוני 8
- חרדישער ריעל עסטעיט מאגנאט ריינגעוואשן פון וויליאמסבורג היסטארישער פייער, נאכן כאפן פוילישן היימלאזן מאן וואס האט דאס אונטערגעצינדען. (נ.י. פאוסט)
- ריעל עסטעיט אנזעצער: רב דוועק'ס זון, פון דיעל ניו זערסי, חובות וואקסט; האלט ביי $310 מיליאן. (עי.פי.פי.)
- בארא פארק: קראנקער מנובל ארעסטירט דורך 9 יעריג קינד וואס האט געדענקט לייסענס פלעיט נומער נאכדעם וואס ער זיך אראפגעלאזט די הויזן פארן קינד. (נ.י. פאוסט)
- ריעל עסטעיט קראך? אידישע מיליאנערן לוי לוויאב און ישעי' בוימלגרין פארקויפן האלב פון אלע זייערע שטחים אין מיאמי. (מיאמי העראלד)
- ראביי ארעסטירט אין שבת טרייבענדיג זיין קאר מיט דראגס אינעווייניג. (לאקאל נייעס)
[בעאַרבעטן] יוני 7
- גרעסטער טרעוול וואקאציע וועב סייט, עקספידיע, אנערקענט ארץ ישראל'ס טוריזם וואוקס, און לייגט איר ארויף אויף די מאפע. (ידיעות)
- פלעטבוש: מקווה בוי ארבייט, עקספאלדירט, אומברעגענדיג 1 ארבייטער און פארוואונדענדיג 2. (ידיעות) (בילדער פון סצענע)
- חרדישער בחור פון אמעריקע, דינט אין נחל החרדי מיליטערישער פרומער איינהייט, באגייט זעלבסט מארד נאכן שעדיגן אראבישן מאסק. (זשי. פאוסט)
- הויפט רב פון קראטיע אטאקירט דורך אנטיסעמיטן. (הארץ)
- פראנקרייך: באן סיסטעם, געטראפן געווארן שולדיג אין טראנספארט פון 75,000 אידן צו זייערע טויט. (ידיעות)
- געהיימע דאקומענטן אויפגעדעקט: אמעריקע האט געארבייט קעגן דעם פארכאפונג פון אדולף אייכמאן. כדי נישט צו געוואור ווערן פון אמעריקע מיט נאציס צוזאם ארבייט קעגן דעם קאמוניסט. (ידיעות)
[בעאַרבעטן] יוני 5
- יוסטיץ מיניסטער פון מדינת ישראל חיים רמון פרובירט מאכן סדר אין בתי דין דורך פארלאנגן אז דיינים מוזען וויאנען דארט ווי זייער בית דין שטיבלעך געפינט זיך. (ען אר זשי).
- א רוף צו תלמידי חכמים: טרעפט א היתר אויף שייטלן און איר געווינט צענדליגע טויזענטע דאלער. (ידיעות)
- שאקירענדער ווידיאו קליפ: אמעריקאנע נאציס זענען מוחה קעגן אידן, אז צוליב אונז איז מען אין קריג מיט איראן און אין איראק און די גאז פרייזן שטייגן. (בחדרי חרדים)
- זאלי ווידיאו קליפ: מעכטיגע שבועות טיש פון סאטמאר רבי אדמו"ר ר' זלמן לייב שליט"א מיט היסטארישע גרויסע באטייליגונג. (יו טוב)
[בעאַרבעטן] יוני 4
- וואשינגטאן פאוסט: ר' אהרן טייטלבוים איז א כאריסמאטישער שלעגער. ר' זלמן לייב טייטלבוים איז פונקט ווי די טאטע ר' משה טייטלבוים ז"ל, א שוואכלונג וואס ווערט געפירט דורך משה גבאי. א רעפורטער באשרייבט זיינע ערניאירונגען אין א עס.יו.ווי. מיט 5 ארונים וואס טעילגעיטן משה גבאי אים צו טעראריזירן. אויך: וויאזוי די ארונים גלייבן אז זייער רבי איז א פועל ישועות און בעל מופת, נישט צוליב זיין הייליגקייט, נאר צוליב די ליבע פון זיינע חסידים צו אים. (וואשינגאטן פאוסט)
[בעאַרבעטן] יוני 4
- ניו יארק: ארטאדאקסישע אידענע, שרה קאסירער, פרוי פון געוועזענער זשוליאני געהילף, ברוס טייטלבוים איז דער גרעסטער לאביאיסט. (ניו יארק פאוסט)
- קרוין הייטס אין די פוסטריט פון קרית יואל: גרינדעט חסידישע פייער לעשער אפטיילונג. (קרוינהייטס אינפא)
[בעאַרבעטן] יוני 1
- חב"ד געריכט אפדעיט: משיחסטען בלייבן ווייטער אין קאנטראל פון 770. טראץ וואס די אנטי-משיחסטען זענען לעגאלע בעלי בתים.(שטורם)
- בעל תשובה הערט רוף פון הרב מתתיהו סאלאמאן, ווארפט ארויס אינטערנעט פון שטוב. (ביאנד בעל תשובה)
- הויפט אידישער דעמאקראט: פרעזידענט זשימי קארטער'ס אנטיסעמיטוזם שעדיגט פארטיי. (וואשינגטאן זשאיש וויק)
- יונתן ראזענבלום רופט תורה וועלט צו חשבון הנפש: די עלענדקייט פון שבועות; זייענדיג דער איינציגסטער יום טוב וואס פרייע אידן פייערן נישט, ווייזט אז מיר האבן פארוואנדעלט די תורה צו א אראפגעקוקטער לעבן'ס שטייגער, וואס די אידישע וועלט האלט נישט פאר וויכטיג זיך צו פרייען מיט דעם זמן מתן תורה. (קראס קארענטס)